אוין קומענדיקו נומער ;סאַוועטיש היימלאונדי וועט זײַן !עדרוקט

א אין פּראַזע-אַפּטײל;

דער סאָף פונעם ערשטן בוך פון יעכיִעל פאליקמאנס ראָמאן ,דער שווארצער ווינט".

דערציילונגען פון אװראָם קאהאן נאטאן זאבארע, כאיַם זיל- בער מאן

אין צוזאמענהאנג מיטן 25-טן יאָרטאָג, זינט עס זײַנען צעקלאפּט געװאָרן די פאשיסטישע כאיאָלעס אונטער מאָסקװע, װועלן פארעפנטלעכט ווערן מאטעריאלן פון דעם מארשאל פון ארטילעריע װו. ק א ז א ק אָ וו (וועגן העלד פון סאָוועטנפארבאנד כאיִם דיסקין), פון דעם גענעראל הירש פּלאסקאָװ, פון די שרײַבער דער ניסטער, עזראָ פינינבערג, ייַסראָעל סערעבריאני

אינעם אָפּטײל פון פּאַעזיע:

לידער-ציקלען פון ארן װוערגעליס, מאָטל סאקציִער, יאראָ- סלאו סמעליאקאָװ, יאנקעו שטערנבערג.

אין אָפּטײל ,ליטעראטור און קונסט?:

ארטיקלען וועגן שאָלעם-אלייכעמען פון עליע ספּיװאק און יעשוע ליובאָמירסקיי.

הילעל אלעקסאנדראָװס פּובליקאציע וועגן יאנקעוו דינעזאָנעף

די פאָרזעצונג פון דער כראָניק פון דער ייִדישער סאָוועטישער ליטעראטור.

אָפּהאנדלונגען אין צוזאמענהאנג מיט די יוביליי-דאטעס פונעם קאָמפּאָזיטאָר דמיטרי שאָסטאקאָװיטש און פונעם פאָלקס-ארטיסט מוישע גאָלדבלאט.

עס װעלן אויך געדרוקט וװערן די שטענדיקע רובריקעס ;נאַטיצן אפן

קאלענדאר", ,פארשיידנס", , בלעטערנדיק זשורנאלן און צײַטונגען", ,דאָס באפליגלטע װאָרט?, כראַניק.

160

כוידעש-זשורנאל

ליטעראריש-קינסטלערישעף

באויפטי |וזיימלאער

אינהאליט

דאָװיד ב ערגעלסאַן. איינעמס א װעג (דערציילונג) .

דיכטער פון וויעטנאם. לע אן ס ואן באגעגעניש: טאָ כא. װעגן װאָס דערצײילן ניט די בריװ; װ א ן ד ײַ. מיר װעלן נאָך קומען צוריק. -- גוטמאָרגן, היים מײַנע (ייִדיש-- מ. ט ײיף)

וועטעראנען פון דער אָקטיאבער-רעװאָליוציע דערציילן (רעפּאָרטאזש)

כאיִם מאלטינכסקי. איך טראָג מיט פרייד מײַן אֶל (לידער)

שמועל גאָרדאָן. דער פּעטשאָרער שערער.--אין א װינטער- דיקן פארנאכט. --א צופאל אין מעטראַ. -- דער סאניטאר (דער. צאקקנגע) * ת + 2 2 יס

שיפרע כטטשהענק אָי פיע בליט = רע

מישע מאָגילעװיטש. פארהאָרעװעטע הענט. -- פארטאָג (להעת). . . ס 0 -0 8 0 0 20 4 יי יי

ריװקע רוביןן. טיראון-טויער זײַנען אָפן (דערציילונג

בוזי מילער. צװײ דערציילונגען ס ס 1

הירש אָשע ראַװיט ש. מײַן אומרו (לידער) .

יעכיָעל פאליקמאןן. דער שװארצער װינט (ראָמאן. פאָרזע- צונג). צייכענונגען ג. פאַנדאפולאַ

0ס-טער יאָרצײַט פון שאָלעם -אלייכעם. אַשער מארגו- ליס. װעגן טעװיע דעם מילכיקן און זײַן צײַט

ליטעראטור און קונסט

צום 775טן געבורטסטאָג פון שייע שקאראָווסקי. א װ ראָם קאהאן דער װעג פון א שרײַבער. יויסעף בר עגמאן. אף די שפּורן פון די העלדן פון שײַע שקאראָװסקיס ראָמאן -חט 6 ט 90 ס'ס ס 0 ס ס טס 2 8 יי יי הערש ר עמעניק. צו דער פראגע װעגן די אָנהײבן פון דער ייִדישער סאָװעטישער ליטעראטורת + + + + + א 6 . ייִסראָע? סע ר עבריאני. כראָניק פון דער ייִַדישער לה סישער. 2גטעקאטגףי = 6 + 6 0 + 6 26 א 0 6 א מ שאפּיראָ. א װויסנשאפטלעכער אופטו פון גרויסן קולטור- שסבט 6 90 ס טס 9'ס'ס טש ט . א א יי - שירע גאָרשמאן. װוּנדערלעכע זעונגען + + + + + .2 פהט תש 8 ט טס ס 0 0 ס 2 3 טי יי יי

א -בלעטערנדיק זשורנאלן און צײַטונגען + * + + * + + + 6 6

: . 61, 146, 150, ! באפליגלטע װאָרט + + . . :

אפן קאלענדאר ריס ס"ס ס "טי

עי

יי

זײַט

י; אי יי יי א ייה אק'י. .יי

יש יי

+- ."יט 1- וס

הויפּט-רעדאקטאָר

א. ווערגעליס. ' רעדקאַלעגיע:

ה. אַשעראַװיטש, אי. באַרר

כאַוויטש, א. גאַנטאר, מ. טייף נאַטע טרש. . לקש פאַלאנטװאָהטלעבער סעקרעטא : י. פאליקמאן, ר

דאָוויד בערועלסאון

איינעמס א וועג

דעםס הײַנטיקן נומער אסאַװעטיש הימלאנד" עפע- נען מיר מיט דאָװיךד בערגעלסאַנס באװוּסטער דער" צײלונג ;איינעמס א װעג".

דערמיט הײיבן מיר אָן דזרוקן א סעריע װערק פון זי אַנהײבער פון דער סאָװעטישער ייִדישער ליטע:

יראטור, געװידמעט די העראַיִשע יאַרן פון דער אָק-

- טיאבער-רעװאַליוציע און בירגערקריג.

דער לײענער װעט באקומען די מעגלעכקײַט אופז . צושטעלן אין זיקאָרך די בעסטע שאפונגען פון אונד' 2 ץ גער === װערק, װעלכּע -גײיען ארײַן אף.

פאַנד פון, אננדוער ליטעראטור.

ינמיטן דאָרף, אפן שטיבל פון שטאב, ו אַהאָט פון גאנצפרי אָן געפלאטערט א שטיק רויטער שטאָף. דער שטאָף האָט, װי א פרישער קימפּעט-פאָרהאנג, געהאט פיל פרייד אין זײַנע קנאקנדיקע כוואליעכלעך און אין אלע אומרוייקע קנייטשן, װאָס אין זײַנע פאָכנדיקע עקן. לעבן שטאב איז געהאנגען א שילד:

;דער נ-סקער פּאָלק פון די אופגעשטא- נענע".

דער פּאָלק איז אָנגעקומען אין דאָרף ארײיַן באנאכט. אף מאָרגן זײַנען פרייוויליק צו איִם צוגעשטאנען פיל אָרטיקע. קיינעם איז דאָ נישט אײַנגעפאלן זיך נאָכצופרעגן אף די איבעריקע פּאָלקן, צי זײַנען זי נישט קיין אויסגעטראכטע, צי געפינען זיי זיך נאָענט פונדאנען אָדער װײַט. דאָס װאָרט נדסקער איז געווען אָנגעשריבן מיט גאנץ גרויסע אויסיעס. עס האָט געװעקט דע- רעכערעץ, עס האָט וועמען געשראָקן, וועמען געפרייט.

פון טײַך האָט געבלאָזן א ווינטל גלײַך אפן שטיבל פון שטאב, און נישט אזוי אפן שטיבל, וי אפן רויטן שטיק שטאָף, װאָס פלאטערט פריי און זיכער אפן דאך.

באטאָג איז דאָס מויל באם ווינט געװאָרן פײַכט און פול מיט צעפוילטן אָסיען און מיט א רייעך פון צווינטער. װידער איז געװאָרן קוי- טיק, טונקל און נאס איַן דרויסן.

פון מיטן דאָרף גוואדזשען שטיוול צום שטאב,

און נאָך מער שטיוול גוואדזשען אינעם זײַטיקן געסל, װאָס בארג-אראָפּ צום טײַך-צו. קערפּערס זײַנען דאָרט אראָפּגעזעצט צו דער ערד, פּלײ- צעס -- אָנגעבויגן. געניטע, פארקאשערטע הענט, פינגער אָנגעשמירט מיט פעטס שײַערן מיטגעבראכטע הארמאטן, גרייטן זיי צו א נײַער שלאכט. און אנטקעגן איִן א בלאָטיקן הויף, ארום א פּאָר פארקאזארמעוועטע שטיבלעך פּוצט מען מיט אומענדלעכן כיישעק קאזיאָנע פערד, מע באטראכט אף זי די אָנגעמוליעװעטע ערטער, װאָס זעען אויס װי ציטערנדיק װוּנדפלייש, בא- זעצט מיט פליגן, און מע פרעגט מעוויניש בא אבען, דעם באלעגאָלישן יאט, װאָס שנירעװװועט דעם רויטן גארטל אף די לענדן:

-- אבע! -- לאדט מען אים אײַן. -- אנו, כאפּ נאָר א קוק... מיט װאָס באשמירן, אבע?

אבע, יעכיעל-מוישע דעם באלעגאָלעס באָכער, איז איינער פון די ייִדן אין פּאָלק און וויל דאָ נישט אויסריידן צו קיינעם קיין איבעריק װאָרט. מער װי אלץ איז ער צופרידן, װען מע לאָזט אים צורו. ערגעץ טיף אין זיך רופט ער אָט דעם

גאנצן אוילעם ארום זיך נישט אנדערש, װי ,צעבריקעוועטע". ער דרייט זיך ארום צווישן זיי א דרימלענדיקער און פוילער, װי א פּוסטעפּאסניק, און אלץ, װאָס ער הערט דאָ, גייט אים דורך איין אוער ארײַן און דורכן צווייטן --- ארויס.

-- װאָס גייען זי מיך אָן!? -- טראכט וועגן זיך אבע. --- מײַן דײַגע?

אינדערפרי האָט געטראָפן א מײַסע.

איינער פון דער כעוורע האָט עפּעס צוגענומען באם פּויער, בא וועלכן ער איז אײַנגעשטאנען. דער פּױער האָט געמאכט א גוואלד, דאָס דאָרף איז זיך צוזאמענגעלאָפן. מע האָט דעם גאנעוו באזוכט און געפונען בא אים אן אויסבאהאלטענעם דאָקומענט פון א פּעטליוראָװעץ, װאָס האָט זיך אומיסטן אין פּאָלק ארײַנגעדרייט. ביז גאָר אופגעדרודלט זײַנען פון דעם געווען אויך אלע יענע אָרטיקע פּויערים-יונגען, װאָס האָבן אָקאָרשט נעכטן באקומען ביקסן. און פּלוצעם, אין א רעגע פון פליסיקער סאקאָנע, האָט מען פון הינטער איינער א כאטע דערהערט א שאָס. מע האָט זיך אהין א לאָז געגעבן און געפונען דעם שולדיקן א טויטן. געזאָגט האָט מען, אז דערשאָסן האָט אים איינער פון שטאב --- דער װאָיענקאָם, װאָס אייניקע אין פּאָלק רופן אים פּאָשעט לייזערקע.

אבע איז געווען פון יענע געציילטע, װאָס האָבן אליין געזען, וער עס האָט געשאָסן, נאָר אז מ'האָט וועגן דעם בא אים געפרעגט, האָט ער באלעגאָליש א צי געגעבן מיט די אקסלען און האָט זיך פויל אוועקגעדרייט אין א זײַט:

-- מײַן דייגע?..

עס האָט אויסגעזען, װי ער װאָלט נישט װועלן אומזיסט אוועקלייגן דאָ זײַן הארץ: אז סא- כאקל איז ער נאָר צוליב דעם ארײַנגעטראָטן אין פּאָלק, ער זאָל ענדלעך פּאָטער ווערן פון אוועק- לייגן אומזיסט זײַן הארץ, װאָרעם אבע, קאָן מען זאָגן, האָט אלע זײַנע יאָרן געטאָן אומזיסטיקע און איבעריקע ארבעט צוליב אנדערע און האָט דערפאר נישט באקומען קיין שום לוין. אין דעם איז באשטאנען זײַן געשיכטע -- א געשיכטע פון א באאוולטן, פאר וועמען קיינער שטעלט זיך קײינמאָל נישט אײַן.

אָנגעהױבן האָט זיך פאר אבען די דאָזיקע אומזיסטע ארבעט פון דעם, װאָס ער האָט אינעם שטעטל סטאווישטש אלע זײַנע יאָרן אומזיסט גערופן ,טאטע* יעכיעל-מוישע דעם באלעגאָלע, מיט וועמען זײַן מוטער די אלמאָנע האָט אמאָל כאסענע געהאט, און אליין איז ער דאָרט יעדן יאָמטעװו געגאנגען אין דער באלעגאָלישער שול און האָט דאָרט אומזיסט געזאָגט ,ייִזקער" נאָך זײַן עמעסן טאטן, וועמען ער, אבע, האָט נישט געקענט אפילע נישט אין כאָלעם. געדענקט אבע, וי אין פּאָליש פון דער שול פלעגט ער אומזיסט אָפּווארטן גאנצע שאָען, ביז מע װעט אָנהייבן זאָגן ;ייִזקער", און וי ווייסעכעוורע פלעגט אים דאָרט קײינמאָל נישט רופן בא זײַן עמעסן נאָמען.

-- יעכיעל-מוישע דעם באלעגאָלעס נאדן, -- פלעגט מען אים רופן.

אָדער פּאָשעט:

-- דער נאדן.

נאָר שטארק דערצאקענען אים האָט מען דאָך מוירע געהאטי, װײַל כאָטש 7 הא שׁ

האט צו האלטן פארלייגט די הענט, 0 מע רייצט אים שטארק יי אכ ער יע טוט אים בייז. אבע האָט געהאט אזעלכע אקסלען, װאָס אז זיי גיבן זיך א דריי, איז יעדן קלאָר, אז זיי, די אקסלען, האלטן פונעם געזעץ:

-- װאָס עמעס איז עמעס.

-- װאָס מײַנס איז מײַנס, און װאָס דײַנס איז דײַנס.

טאקע דערפאר, ארויסגייענדיק פונעם געזעץ --- ;װאָס דײַנס איז דײַנס", האָט אבע מילכאָמע- צײַט אָפּגעדינט דרײַ מיט א האלבן יאָר אף די פראָנטן, אָפּגעדינט אזוי קאָשער, אז קאָשערער קאָן נישט זײַן. און די מילכאָמע, קאָן מען זאָגן, האָט אים גאָרנישט ניט בעסער געמאכט און גאָרנישט אויסגעלערנט, װײַל װי פאר דער מילכאָמע, אזוי נאָך איר האָט אבע נאָך אלץ שטיל און פארשלאָפן געהאָרעװעט אף יעכיעל-מוישע דעם באלעגאָלע, געפירט זײַנע פּארשוינען פון סטאווישטש אין דער װײַטלעכער גרויסער שטאָט, װאָס ליגט אין טאָל. און זײַן איינציקער פרי- ערדיקער כיסאָרן איז איצט בא זײַנע פיר און צוואנציק יאָר נאָך אלץ געווען א כיסאָרן --- ער איז געווען אן אכזער אף די פערד, מיט וועלכע ער פאָרט. דער באלעגאָלישער שטיפטאטע האָט זיך געקלאָגט פאר זײַן מוטער:

-- ער יאָגט, ער יאָגט, דער באָכער דײַנער. ער שינדט פון די פערד די פעל.

נאָר דאָס האָט זיך עפשער גענומען דערפון, װאָס צו אלע אנדערע ברוים איז אבע געווען גוט און װויל. אלע האָבן אים אומזיסט אויסגענוצט, האָט ער אויסגעלאָזט זײַן הארץ צו די פערד. אליין אָבער האָט ער נאָך אלץ נישט געװוּסט, אז אלע נוצן אים אומזיסט אויס, און װוער ווייסט

4

װי לאנג דער דאָזיקער ,נישט וויסן" װאָלט זיך געווען אוועקגעצויגן, ווען נישט די דינסט פון יענעם זעלבן אײַנפאָר-הױיז, װוּהין אבע פארפאָרט אין דער גרויסער שטאָט מיט זײַנע פּארשוי- נען. די דאָזיקע מויד איז אים דאָרט אין אײַנפאָר-הױז פון מאָל צו מאָל געװאָרן אלץ מער אייגן און אײַנגעבאקן אין הארצן, ביז זי איז סאָפּקאָלסאָף געװאָרן זײַן קאלע.

אבען איז די מויד זייער געפעלן געװאָרן, שוין מיט דעם אליין, װאָס צו אלעמען איז זי געווען א בייזע, א בארויגעזע, און צו אים איז זי אדעראבע --- צו אים איז זי געווען א ווייכע, א צוגעלאָזענע. אבע האָט זיך געקאָנט װעטן: אנו, זאָל עמעצער אן אנדערער פּרוּוון צו איר צו- שטיין, װעט ער פון איר האָבן א װיסטן סאָף, און אנטקעגן אים, אבען, האָט זי גאָרנישט, אפילע אז ער שטייט צו איר צו אין הויז פון אײַנפאָר, װוּ עס שטייען די פערד. אז ער פּאקט זי דאָרט אין א טונקל װינקל, בייס זי גייט ארויס נאָך א קאָך-טעפּל, בלײַבט זי דאָרט א װײַלע שטיין און לאָזט אים, ער זאָל טאָן בא איר אין בוזעם אלץ, װאָס ער וויל.

עס מאכט זיך: מיט פריִען גרויען פרימאָרגן קומט ער אָן מיט זײַן פור אהין אין שטאָט און טרעפט זי דאָרט איינע אליין הינטערן אײַנפאָר-הױז, בייס זי איז אָנגעבויגן איבער א פריש- אױסגעגאָסענעם צעבער, לעבן איר -- א פּאָר אָנגעפלויגענע ראָבן, א פּאָר צוגעלאָפענע כאזיי- רים, װאָס דער איבערגעקערטער צעבער שמעקט זיי.

-- אטשו, -- שרײַט זי בייז אף די כאזיירים, --- אטשו!

און אליין איז זי א באָרװעסע, מיט א פולן בוזעם, די הענט פארקאשערט, די פיס נאקעט, איר פארשלאָפן פּאָנעם, װאָס מיט די שמאָלע אויגן, איז מאט און פּעכקע. און שמעקן שמעקט עס װי מיט פרישן היי. פון שטענדיקער בײזקײַט רעדט זי זײער װײיניק, נאָר אז זי דערזעט אים, אבען, אָנקומען מיט זײַן פור, טוט זי א זאָג זייער געשװינד;

-- זע נאָר, אבקע!.. װי קומסטו אהער? הא, אבקע?

אבען האָט אָנגעהויבן ציִען צו איר אין שטאָט ארײַן אזוי, אז אפילע ווען ער האָט זיך געפונען

אין דער היים, און אפילע אין שטארקסטן שלאָף האָט ער טאָמיד געדענקט איר רייעך -- א רייעך, װוי פון פרישן שטרוי, װאָס האָט סאכאקל איין נאכט אונטער פערד גענעכטיקט. און דער דאָזיקער רייעך האָט וי פון זיך אָנגעהױבן לערנען אבען, אז ער קען עפּעס אופּטאָן אויך פונ- זײַנטװעגן אליין, און אז ביז איצט איז -- א קרענק אף זיי, א כאָליערע אף יענע אלע מענטשן, װאָס ער האָט ביז הײַנטיקן טאָג, אכוץ דער מויד פון אײַנפאָר-הױיז, געזען ארום זיך. צוליב זיי האָט ער אלע זײַנע יאָרן אוועקגעלייגט זײַן געזונט, און זיי צוליב אים -- גאָרנישט.

-- א בראנד אף זיי!

פארקערט, זינט מע האָט זיך דערװוּסט, אז אבע נעמט די דאָזיקע מויד פון אײַנפאָר-הוז, האָבן אלע אָנגעהויבן לייגן אף אים מער קאָװעד. און אָט אפילע די מאמע זײַנע --- זי האָט אָנ- געהויבן דערגיין די יאָרן איר מאן יעכיִעל-מוישע דעם באלעגאָלע, מע זאָל װאָס גיכער דעם באָכער כאסענע מאכן. און טאקע פונדאנען האָט זיך גענומען די געשיכטע, װאָס אכע איז נישט ווילנדיק ארײַנגעצויגן געװאָרן אין אָט דעם פּאָלק ארײַן -- א פּאָלק, װאָס רופט זיך ,דער נדסקער פּאָלק פון די אופגעשטאנענע" און באשטייט דורכויס פון אזעלכע 2 וועלכע ער, אבע, רופט ערגעץ טיף אין זיך נישט אנדערש, וי מיטן נאָמען ,צעבריקעוועטע"

די װאָך, ווען יעכיעל-מוישע דער באלעגאָלע האָט אבען אופגערופן װי א א איז געווען די לעצטע, איידער עס האָבן זיך אָנגעהויבן די פּאָגראָמען, און אבע האָט דענסטמאָל מיט פאר- לאָפעגע אויגן געקוקט, װי באקאנטע באלעגאָלעס גייען צו זי אין שטוב אף ,קידעש", און קיינעם פאלט דאָרט שוין מער נישט אײַן אים, אבען, דאָס היטל איבער די אויערן אָנצורוקן און דערביי װוי געוויינלעך צו זאָגן:

-- שינדסט די פעל פון די פערד, הא? אבע, ביסט אן אכזער אף די פערד, אבע.

מע טרינקט צו אים לעכאיִם, מע ווינטשט אים, די כאסענע זאָל זײַן אין א גוטער שאָ און מע ווינקט צו אים מיט איין אייגל וועגן דער נאכט, װאָס נאָך דער כאסענע, מע טרינקט אויך צו זײַן שטיפפאָטער יעכיִעל-מוישען. און יעכיִעל-מוישע איז שוין שיקער. שיקער איז יעכיעל- מוישע אויך אף מאָרגן, נאָר צו דער קאלע אין דער גרעסערער שטאָט, װאָס אין טאָל, זאָגט ער, קאָן מען איצט דעם באָכער נישט פירן. ער קומט אלעמאָל פון מארק, װוּ ער הערט זיך אָן מיט שרעקלעכע זאכן, און קריגט זיך מיט זײַן װײַב;

-- פיר אים אליין! --- שרײַט ער צו אבעס מוטער. --- פיר אים אליין, דעם באָכער דײינעם. דו הער בעסער, װאָס מע זאָגט אין מארק, הער בעסער: פּעטליורעס היצלעס, זאָגט מען, שנײַדן ייִדן אף אלע טראקטן.

עס קומען ארײַן אין שטוב באקאנטע באלעגאָלעס, און אויך זי זאָגף

--- װווּהין פאָרן?

-- א סאקאָנע... א גרויסע סאקאָנע.

אבע האָט זיך אזוי ארומגעדרייט א װאָך און צוויי, און זײַנע געפילן זײַנען געווען אזעלכע, װוי גלײַך מ'האָט אים געקוילעט, נאָר נישט דערקוילעט. אלע מענטשן ארום אים זײַנען אָדער באװײַבטע, אָדער נישט קיין באװוײַבטע, און ער, אבע, איז א באזונדערער. אז ער איז א באָכער, קאָן מען מער נישט זאָגן, װײַל מע האָט אים שוין ,אופגערופן", נאָר קיין באװײַנטער איז ער אויך נישט, ער איז עפעס א , צווישן". מע לאכט דעריבער פון אים אין מארק, מע זאָגט צו אים;

-- א קרענק אין דײַנע ביינער, אבע, אפילע כאסענע האָבן קענסטו אויך נישט װי געהעריק.

און באלעגאָלישע הענט רוקן אים שוין ווידער זײַן היטל איבער די אויערן:

-- יאָגסט? הא, יאָגסט... ניסט אן אכזער אף פערד, אבע.

און צו דער קאלע, דער מויד פונעם אײַנפאָר-הױיז, ציט. איר רייעך -- א רייעך פון פרישן שטרוי, װאָס האָט סאכאקל איין נאכט אונטער פערד גענעכטיקט, -- געדענקט זיך אָן אופהער, אפילע אין שטארקסטן שלאָף.

אבע האָט סאָפּקאָלסאָף אליין אָנגערוקט אף זיך זײַן באראשקן היטל, ער האָט אָנגעטאָן זײַן גרויען שינעל, װאָס איז אים פארבליבן פון מילכאָמע-צײַט, פארגארטלט אף זיך דעם ריטן באלעגאָלישן גארטל און האָט זיך אװועקגעלאָזן איינער אליין צופוס צו זיין קאלע.

בראנד אין זיי! -- האָט ער געטראכט וועגן יענע אלע מענטשן, װאָס װוילן אים אחין נישט פירן, וי עס קומט א כאָסן. -- כ'האָב זיי אין דער ערד. זאָלן זיי בר{

און דער פארדראָס אף אלע ארומיקע מענטשן, אף וועלכע ער האָט אלע יאָרן אומזיסט גע- האָרעװעט, האָט איצט דערגרייכט אין אים ביז דער העכסטער מאדרייגע.

די ערשטע פופצן װויאָרסט איז ער דורכגעגאנגען בעשאָלעם. קיינער האָט אים אפן וועג נישט אָפּגעשטעלט, קיינער האָט בא אים נישט געפרעגט, װוער ער איז און װוּהין ער גייט. נאָר פאר- נאכט, ווען ער איז צוגעקומען צום גרויסן טראקט, װאָס ציט זיך פארביי דעם גרויסן באליאסנער וואלד, האָט ער דערהערט פון טיפן וואלד א װידערקאָל פון א שיסעריי. דאָס װידערקאָל האָט געהאט אָן א שיר רעציכעדיקע כוואליעס. דער וואלד האָט אויסגעזען זייער כמורנע און בייז. אבע האָט אָפּגעווארט א רעגע און האָט דערהערט א צוייטן שאָס מיט א װידערקאָל, און ווידער מיט אָן א שיר רעציכעדיקע כוואליעס. גיין װײַטער אקעגן נאכט, האָט זיך געדאכט, איז זייער גע- פערלעך.

אבע האָט דעריבער אראָפּגענײגט אָן א זײַט, קעדיי איבערצונעכטיקן דאָרט אין פעלד באם פיליפּאָװוער שמיד אין שטיבל. מענדל דער שמיד איז געווען אין דער היים. זײַן װײַב ראָכע אויך. אבען האָבן זיי געקענט נישט וייניקער, װי זיי קענען אלע פארבײיפאָרנדיקע באלעגאָלעס. אבע האָט גענעכטיקט בא זיי אפן אויוון, און געדאכט האָט זיך אים, אז ער געפינט זיך ערגעץ זייער טיף אין דער נאכט.

אין דרויסן האָט אן צלנטער בוים גענאָגט אָן אופהער מיט זיינע צעפלאָכטענע צווייגן, גע- שטאנען איבערגעבויגן אינמיטן פעלד און האָט גערוישט, געװועקט דעם שמידס שטיבל.

װײַטער פון פעלד -- דער וואלד, נאָך װײַטער -- דער העמשעך פון נאכט און פון פּעטליו- רעס טשיפּיקעס, װאָס שלאָגן זיך מיט אופגעשטאנענע פאָלקן און קוילען אויס ייִדן. אבע איז געשלאָפן פעסט. :

נאָר באנאכט האָבן דעם שמידס שטיבל א מענטשן פופצן רײַטער ארומגערינגלט מעשונע- שטיל, וי צוליב א מאנעווער, און די לעװאָנע איז דאן יאָ געווען און נישט געווען -- די לעװאָנע איז מיט איר שייַן געשפּרונגען װי איבער בערג, אײַליק אריבערגעיאָגט פיל לויפנדיקע װאָלקנס און געבלייכט און געגילדט דאָס פעלד.

דעם שמידס װײַב -- א ייִדענע, װאָס האָט אלע אירע יאָרן געזאָגט װויסטער, א פינצטע- רער כאָלעם", געזאָגט און ניט געװוּסט די טײַטש, האָט איצט די ערשטע דערהערט פון שלאָף. וי מע קלאפּט. זי האָט פארהויבן גלײַך פון שלאָף א פאָרהענגל און דערזען: א װויסטער, א פינצ- טערער כאָלעם בלאסט זיך איר אנטקעגן אין דער נאכט -- אין א האלבער ראָד שטייען רײַטער ארום איר שטיבל, נאכטיקע פּענעמער, שטומע בליקן; בא אלעמען שטעקן ביקסן פון הינטער די פלייצעס; בא איינעם יל דאָרט ניט אײַנשטײן זײַן פערד -- איינער הארגעט שטארק זײַן פערד.

-- מענדל! -- האָט די ייִדענע שטארק געװעקט דעם מאן. -- א גרויסער בראָך!

-- װאָס שלאָפסטו, מענדל? זע! זיי קריכן שוין אראָפּ פון די פערד. מענדלי וועק גיכער אבען. יעכיעל-מוישעס באָכער. וויי און ווינד, מענדל!

אבע האָט זיך געפונען אין קיך אפן אויוון און איז דאָרט געשלאָפן פארהילצערט, וי נאָך גרויסע ווייטעקן, װאָרעם צװוישן ארומיקע מענטשן זײַנען פאראן אזעלכע ווערעמדיקע, פּאסקוד- נע -- ער, אבע, האָט צוליב זיי אלע יאָרן אוועקגעלייגט זײַן געזונט, און זיי צוליב אים גאָרנישט -- נעכטיקע טעג.

6

ש

-- אבע! -- האָט אים דער שמיד שטארק געװועקט. -- אבע!

אבע האָט אראָפּגעלאָזט פון אויוון א פּאָר פארלאָפענע באָרװעסע פיס און האָט זיך גלײַך אײַנגעהויקערט אף צו שלאָפן װײַטער זיצנדיק.

-- אבע, שטיי נאָר אוף!

אבע האָט װי כאראָטע געקריגן, װאָס ער האָט זיך אופגעזעצט, און האָט זיך צוריק אוועק- געלייגט. סאָפּקאָלסאָף האָט מען אים דערוועקט. אין האלבן שלאָף האָט ער זיך דורכגעשלעפּט ביז צו דער טיר, זיך דורכגעשלײַכט מיט שנאָרכענדיקן אָטעם, מיט דרימלענדיקע פיס און מיט פארקלעפּטע אויגן, װוי אף פּאָטער צו ווערן. נאָר אין דרויסן האָט ער א שמועס געטאָן מיט עמעצן, א שמעק געגעבן די לופט, א טראכט געטאָן, א שװײַג געגעבן און האָט זיך אומגעקערט אין שטיבל האלב-וואכעדיק מיט א ניכטער קאָל:

--- רעב מענדל, זי ווילן די קוילנווארפער, די פיליפּאָװער פּויערים, זאָגן זיי, האָבן אײַך געגעבן פאריכטן קוילנווארפער.

--- ווער וויל?

--- זיי, אין דרויסן... באָלשעװיקעס, זאָגן זײ, זײַנען מיִר, פון די פּאָווסטאנצעס פון נ-סקער פּאָלק.

--- װאָס זאָגן זיי?

--- זיי וועלן צעטראָגן די שטוב -- זאָגן זיי.

מיט דער ייִדענע האָט געװאָרפן:

--- מענדל, גיב זיי, גיב זיי, א גרויסער אומגליק, מענדל!.. װײַ און וויִנד.

אבע איז אוועק מיט דעם שליסל פון קוזניע אָפּגעבן די קוילנווארפער, נאָר איצטיקס מאָל האָט ער זיך אין דרויסן מער געזאמט און זיך אומגעקערט מער וואכעדיק:

-- רעב מענדל, זיי ווילן אײַער פערד-און-וועגעלע אויך, זיי שפּאנען שוין אײַן דאָס פערד. מיר דארפן, זאָגן זיי, פירן די קוילנווארפער --- מיר נעמען ניט פונונדזערטוועגן, זאָגן זײי. -- פארן פּאָלק נעמען מיר.

-- בעט, אבע, -- האָט געפלאטערט די ייַדענע, -- א גרויסער בראָך. בעט, זי זאָלן לאָזן דאָס פערה.

אבע איז צום דריטן מאָל ארויס אין דרויסן און זיך געזאמט לאנג, לאנג -- א גוזמע. איצ- טיקס מאָל איז ער ארײַן אין שטוב געשווינד, מאָלע-גדולע. אָן אָטעם, מיט ציטערנדיקע הענט, האָט ער אפגיך געשלעפּט אף די באָרװעסע פיס זײַנע שטיוול.

-- װאָס איז, אבע? -- האָט מען זיך בא אים געבעטן. -- רייד אויס א װאָרט... װאָס זאָגן זיי?

פון גרויס גליק האָט אבע נישט געקאָנט ריידן.

-- זי נעמען מיך מיט.. -- האָט ער זיך פארכלינעט, אָנציַענדיק מיַט אלע קויכעס די שווער-קריכנדיקע שטיוול. -- אָט באלד... צו מײַן קאלע נעמען זי מיך... װי איִך בלן א ייָד. זיי גייען, זאָגן זיי, אף דער שטאָט... וויינט נישט, ראָכע, איך װעל אָפּהיטן אײַער פערד... איר מעגט זיך פארלאָזן... וי איך לעב אף דער וועלט... כ'וועל עס שוין היטן...

פון דענסטמאָל אָן געהערט אבע צו די דאָזיקע עטלעכע הונדערט מענטשן, װאָס טראָגן ביקסן און האָבן א שטאב מיט א שילד, אף וועלכער עס איז אָנגעשריבן ;דער נ-סקער פּאָלק פון די אופגעשטאנענע". שוין א װאָכן צוויי זינט ער נעכטיקט דאָרט, װוּ זיי נעכטיקן, און טאָגט דאָרט, װוּ זי טאָגן. אים האָט מען גלײַך װי אלע געגעבן א ביקס, טראָגט ער זי גלאט אזוי, קעדיי קיינער זאָל נישט באמערקן, אז צוגעשטאנען איז ער צו דער כעװורע נאָר דערפאר, װאָס מע האָט אים צוגעזאָגט אינגיכן קומען אין דער גרויסער שטאָט, װאָס אין טאָל, צו זײײַן קאלע. װי נאָר ער קומט אהין אין שטאָט, איז אן עק --- אויס מעכוטן...

אין די לאנגע נעכט איז אבע דעריבער דאָ אין דאָרף געשלאָפן פעסט, װי אן אומזיסטיקער פּעפער -- א שטומער רעמעז, אז נאָכגעשלעפּט אהער האָט ער זיך האלב מיט א מײַן, האלב אזוי-זיך, װי פון פּוסט-און-פּאס. ער האָט דאָ די גאנצע צײַט פויל ארומגעשנאָרט צװישן דער כעוורע ,צעבריקעוועטע", געקוקט, װי פון נאָענטן צעראבירטן שטעטל קומען אהער אין דאָרף אנטלאָפענע ייִדישע יאטן, װי מע גיט זיי דאָ ביקסן, און אז עמעצער פון די דאָזיקע יאטן הייבט זיך אָן בא אים צו פרעגן גענוי, צי דער פּאָלק װעט נאָךְ לאנג דאָ אין דאָרף שטיין, ענטפערט ער קאלט:

--- מײַן דײַגע?

גלײַך א מער ווארעמער ענטפער איז שוין גענוג אף אָנצוקניפּן אים נעענטער אָן אָט דעם

7

פּאָלק. ער האָט דאָ געקוקט, װי א זײַטיקער, און דער אוילעם, האָט זיך אים געדאכט, איז א מאָדנע ווארעמער, א היימישער. אים, אבען, גיט מען דאָ ברויט גיט מען, און אויך פלייש, מע קאָכט, רופט מען אים, ער זאָל נעמען א כיילעק, און אין טאָך איז ער דאָך א סקארט פרעמדער, די פינפטע ראָד אין װאָגן...

נעכט האָבן דאָ אלץ געשמעקט מיט שווייסיקע קאזארמעס, מיט לײַבער, װאָס טוען זיך נישט אויס, ליגן אויסגעוואלגערט אף דער פּאָדלאָגע און פארשנאָרכן די דאָרפיש-אָנגעהײיצטע שטיבער. אז די לײַבער צעהיצן זיך טיף אין דער נאכט, פארשפּרייטן זיי ארום זיך א ווארגנדיקן רייעך -- א געמיש פון הינערשער שטײַג מיט טשאדענדיקן לאָמפּ, און דענסטמאָל כאפּן זיך אוף אייניקע פון די יאטן, װאָס זײַנען אהער אָקאָרשט צוריק מיט א פּאָר טעג געקומען, און נאָך איידער זי כאפּן זיך אוף, דערפילן זיי, אז עס שטיקט -- נישטאָ מיט װאָס צו עטעמען.

און נאָכדעם קאָנען זי שוין מער נישט אנשלאָפן װערן. זיי לויפן אלעמאָל אין דרויסן כאפּן לופט, זיי זיצן איינער לעבן צוייטן און ריידן מיט באנאכטיקע קוילעס ועגן פּאָלק, װאָס איז ארומגערינגלט פון אלע זײַטן מיט פּעטליורעס טיילן, װאָס שנײַדן ייִדן, און איז אָפּגעריסן פון די איבעריקע רויטארמיייִשע פּאָלקן, און ווייסט נישט, װוּ זי געפינען זיך, און ווארט אלץ דאָ אין דאָרף אף א יעדיִע פון זיי, אף א פּאָר מענטשן, װאָס דארפן זיך דורך פעטליורעס טײילן אהער דורכרײיַסן.

-- איז ווער איז דאָ דער עלטסטער, -- האָבן די נײַע יאטן געװאָלט וויסן בא אבען, -- דער קאָמאנדיר טאראס צי דער װאָיענקאָם לייזערקע?

דערוף האָט אבע קורץ געענטפערט:

--- מײַן דײַגע?.. איך טו מיט זיי א שידעך?

װײַל אין טאָך איז דאָ קיין זאך נישט זײַן דײַגע, און װי נאָר ער קומט מיט דעם פּאָלק אין שטאָט ארײַן צו זײַן קאלע, איז אן עק -- אויס מעכוטן.

נאָר איינמאָל פארטאָג האָט אבעס פּעפעריש לײַב דערפילט, װי מע רײַסט עס צו שטארק וו א 1, אז זע װאָס טוט אט איז פול מיט אינפעה און איז א בעריע אף אופוועקן. אבע

ערגעץ-וווּ צװישן די ריפּן,

אזוי אז 0 מוז זיך 0 אופזעצן. לעבן אים איז געשטאנען דער העל-בלאָנדער רויטאר- מייער זאזולי, װאָס באדינט דעם שטאב, געקוקט צו אים מיט גוטע אויגן פון א פּאסטעך, גע- שמייכלט מיטן קורצן פאריסענעם נעזל און אים געהייסן זיך אָנטאָך:

-- גיכער גיי, מע ווארט אף דיר אין דרויסן.

געווען איז דאָס אלץ פאר אבען, וי א כאָלעם, בא גרויען מאָרגנדיקן דרויסן.

געשאָטן האָבן פון באנאכט אָן װײַסע געפרוירענע גרײיפּעלעך, געפאלן שטיל, וי װאָגלאָזער שניי. געשטאנען זײַנען ארום דעם פּאָלק-קאָמאנדיר אונטער די שיטנדיקע גרײַפּעלעך אלע פון שטאב, געקוקט אפן צוגעקומענעם אבען און געשוויגן. לייזערקע, דער װאיענקאָם, האַט דאן בא אבען געפרעגט:

-- וועמען קענסטו אין דאָרף ליטשינאָוקע?

אבע האָט דערפילט, אז פאר א מענטשן, װאָס כאלעשט זיך לייגן צוריק שלאָפן, איז דאָס בעסטע צו ענטפערן:

-- אזוי אז... וועמען דארף איך דאָרט קענען?

דער װאָיענקאָם איז צוגעקומען נעענטער און א קוק געגעבן היימיש, וי א פארשוין, װאָס וויל זיך דינגען א באלעגאָלישע פור:

-- דעם ליטשינאָווקער סטעלמאך קענסטו?

בא אבען האָט זיך ארויסגעכאפט:

-- וועמען?.. נעכעמיען?

-- נו, אָט! -- האָט שיר ניט א שמייכל געטאָן דער װאָיענקאָם. --- פלעגסט זיך מיסטאמע בא אים אָפּשטעלן, ווען דו האָסט געפירט פּארשוינען מיטן טראקט... װעסטו איצט צו אים א שפאן טאָן. װועסט א קוק טאָן, װאָס טוען אין דאָרף די פּעטליוראָווצעס און וויפל זײַנען זי

-- הא?..

אבע האָט ניט געײַלט פארצויגן אף זיך דעם רויטן גארטל. דענסטמאָל האָט דער פּאָלק- קאָמאנדיר טאראס גענומען מעוויניש צופייפן און זיך ארויסגערוקט פאָרויס. צילנדיק אף אבען מיט איין אויג, האָט ער זיך אױסגעגלײַכט און א קאָמאנדעװע געגעבן פאָטערלעך, מיט הארץ:

-- דעם רעכטן אקסל פאָרויס, מארש!

אבע האָט געפאָלגט שטום, עלעהיי ער איז נאָך א סאָלדאט און מוז טאָן אלץ, װאָס מע הייסט אים. ער האָט זיך א דריי געטאָן ריכטיק, לוט דער קאָמאנדע, און האָט זיך אװעקגעלאָזן צופוס. ער איז נאָך אלץ געווען פארשלאָפן, נישט געװוּסט גאנץ קלאָר, נאָך װאָס מע האָט אים קיין לי-

8

טשינאָווקע צום סטעלמאך געשיקט און װואָס דארף ער דאָרט טאָן. ער האָט געשפּאנט מיט די פעל- דער, און װאָס טיפער ער איז ארײַן אין פּײַכטן, גרוי-װוערנדיקן נעפּל, אלץ מער איז אים זײַן שליכעס ארויס פון געדאנק.

געבליבן איז בא אים נאָר, אז ער דארף אויספעלן אומעטום די דערפער, װײַל די צײַט איז א צײַט פון סאקאָנע. אויב ער װעט אומעטום אָנלייגן וועג, װועט ער דאָך קיין ליטשינאָווקע האָבן נישט מער וי א מײַל אָנדערהאלבן. און פון ליטשינאָווקע אין דער גרעסערער שטאָט, װאָס אין טאָל, איז שוין סאכאקל א מײַל פיר, און דאָרט אין אײַנפאָר-הױז דינט זײַן קאלע -- זי איז א בייזע, א בארויגעזע, און ער, אבע, קאָן זיך װעטן:

--- אנו, זאָל עמעצער אן אנדערער פּרוּוון צו איר צושטיין...

אבע האָט איצט, וי טאָמיד, קיין באשלוסן ניט אָנגענומען. ער האָט נאָר געפילט, אז צוריק גיין װוילט זיך נישט און אז צו איר, דער קאלע זײַנער, איז אפילע איצט אין אָט דעם אומקומע- ניש א מעכײיע צו שפּאנען אזוי וי ער שפאנט.

מעגלעך, ער װעט זי דאָרט טרעפן הינטערן אײַנפאָר-הױז בא צעהענגען וועש

אבע איז געגאנגען מיט גיכע טריט, מיט פרעמדע פעלדער.

ארום אים --- א פּוסטער אויסגוס אין דער טיף פון שטרעקעס: נישטאָ דאָרט קיינער, קיי- נער, ער עס זאָל זען, װוי זײַן גארטל רויטלט זיך פונדערװײַטן.

דער טאָג -- א װאָלקנדיקער, א טונקעלער, אן אײַנגעשרומפּענער -- א טאָג, װאָס ווארט אף שניי, און קיין שניי גייט נישט.

אײַנגעשרומפן האָבן זיך געדאכט אויך די שטרעקעס. און װי נאָר אבע איז אונטערגעקומען מיט די פעלדער צום גרויען אָרעמלעכן דאָרף, אזוי גלײַך האָט אף אים פון דאָרט א קוק געטאָן עפּעס א ווינטערדיקס און טויטס -- א געפּלעפטע שטילקײַט צװישן שטיבער, אף די גערטנער און אף די געסלעך, גלײַך עמעצער איז נאָרװאָס איצט אינמיטן באטאָג געשטאָרבן און דאָס גאנצע דאָרף ווארט און הערט זיך אײַן: אָט באלד וועט אָנהײבן קלינגען אין קלויסטער.

נאָך שטילער האָט מען אף אבען א קוק געטאָן באם סטעלמאך אינעם האלב-פּויערשן שטיבל.

דער סטעלמאך מיט זײַן ווייב זיינען ביידע געזעסן מיט אויסגעצויגענע פּאָדעשװעס אפן סאָפקעלע, לעבן דער לעבלעכער הרובע, און געדאכט האָט זיך: א טאָנעס אין שטוב. קיין אָנבײַסן קאָכט מען נישט. די פאָרהענגלעך אף די פענצטער זײַנען געווען אראָפּגעלאָזן, איצט, אינמיטן באטאָג, די קינדער האָבן זיך געשפּילט בא דער זײַט, שעפּטשענדיק שטיל, דערשלאָגן פון נאָך טאטע-מאמעס אָפטע געשרייען:

-- שא, שטילער... זע נאָר, וי דאָס איז פריילעך איז עס.

און אז צו אבען האָט מען דאָרט צום לעצט א װאָרט אויסגערעדט, איז דאָס געווען א קאלט- בלוטיק װאָרט, א שטילס און א קלעמענדיקס:

-- איז װוּהין, הא? אבע, -- האָט געזאָגט דער סטעלמאך, -- צו דײַן קאלע טראָגט דיך א שווארציאָר אין אזא אומ גליק?

-- בלייב שוין דאָ, פערד אײינער! װעסט לייגן דעם קאָפּ אפן וועג. מע קוילעט אומעטום, ארום יאנאָווקע און ארום גרײילאָו.

געקוקט האָט דערביי דער סטעלמאך מיט אומעטיקע אויגן נישט צו אבען, נאָר צו די אראָפּ- געלאָזענע פאָרהענגלעך אנטקעגן.

-- הער בעסער וועגן מאליאסניק, הער.

אין אבען האָט געגליווערט די אקשאָנעס.

-- איך גיי װײַטער... איך האָב עס אין דער ערד.

נאָר ארויסגעוויזן האָט זיך, אז דעם מאליאסניק האָט ער געקענט -- ער האָט געװוינט א װויאָרסט צוויי ארויס פון דאָרף. דעם מאליאסניק מיטן איידעם האָט מען נעכטן געפונען געהאר- געטע הינטער זייער שטוב, און מאלי, די שטומע טאָכטער זײַנע, האָט פּלוצעם אָנגעהויבן ריידן =- אזוי זאָגט מען אין דאָרף. זי איז אנטלאָפן אין א נאָענטן וועלדל באָרװעס מיטן זויגקינד אף די הענט. באנאכט, זאָגט דער גאלעך, האָט זי אָנגעקלאפּט צו אים אין פענצטער: , איך וויל זיך שמאדן", נאָר אז ער האָט איר געעפנט, איז זי שוין נישט געווען. איצט דערציילן די פּויערים: באנאכט קלאפּט זי צו זיי אין די טירן: ;עפנט, איך בין באָרװעס, מיטן קינד אף די הענט".. און אז מע עפנט איר, איז זי שוין ניטאָ -- זי פארשווינדט, זי איז צעדולט...

-- און די ראָצכים?.. פראנק-און-פריי -- אָט דאָ אין דאָרף זײַנען זיי.

פון צײַט צו צײַט האָט מען באם סטעלמאך פארהויבן א פאָרהענגל פאר א שפּיץ אִו זיך אײַנגעקוקט צו די פּעטליוראָווצעס, װאָס קלייבן זיך אנטקעגן אפן פּלאץ:

-- זע: היצלעס, זיי ווערן אלץ מער. -- זע נאָר, וויפל!!! האָט אבע אויך אונטערגעקוקט אונטערן פאָרהענגל, נאָר געזען האָט ער נישט מער, װי היט- לען מיט לאנגע װאָרעטשיקעס, ברייטע פלודערן פון רויטן און גרינעם זײַד, װוי אף קאָמעדיעס צו מאכן. -- א כאָליערע, -- האָט ער א א -- אן אויסכאפעניש אף זי אינמיטן דאָרף בא דער איינקלאסיקער שול איז געשטאנען צוגעבונדן א הונגעריקע ציג -- א װײַסע זקיינע, װאָס פעטליורעס יי טיילן האָבן געבראכט פון נאָענטן אומגעקומע- נעם גרײילאָו. די ציג האָט געפּינטלט מיט פרעמדע אומעטיקע אויגן אנטקעגן פרעמדן דאָרף. און פון אינװוייניק, אין די שול-צימערן, האָט פון באנאכט אָן זיך געפונען דער פּעטליורישער ;שטאב". ער האָט געשיקערט. אויסגעזעצטע שויבן האָבן פון צייַט צו צײַט ארױיסגעװאָרכן אין טונקעלן דרויסן שטיקלעך פון דער אינװייניקסטער הוייך-פאריסענער סימכע -- א מעסלעסנלאנגע סימכע מיט מוידן און מיט טענץ. און ארום-און-ארום -- מעשונע טונקל, גלײַכגילטיקע שטיבער, געפּרעסט מיט גרינגן פראָסט, אָן א שיר דעכער, װי שטומע פלעקן אין דער װײַט, און א פאר- טראכטער ציילעם אין װײַטן עק פון דאָרף -- אלץ ווארט אף שניי, און קיין שניי גייט גישט. אין דרויסן ווערט טונקעלער, עס פאלט צו די נאכט באם סטעלמאך אין שטיבל האָט געצאנקט א טונקעלער קאנעץ, לעבן אראָפּגעלאָזענע פאָר- נגלעך האָבן פּענעמער זיך געבלאסט, װי אין א טאָנעס. גערעדט האָט מען אלץ אל דעם יס טאָכטער מאלין, װאָס האלט זיך אוף בא א פּײַערל אין וואלד, -- באָרו קינד 1 די הענט, און אז מע דערנעענטערט זיך, אנטלויפט זי: צעדולט... -- און ברויט, אפּאָנעם, האָט זי... זי בעט אויס.. אבע איז געזעסן אנטקעגן הונגעריק, מיט א צעעפנט מויל פול מיט גאווער, װי א געלע- גערטס. מיט פארשמאָלטע אויגן האָט ער געקוקט, געקוקט און איז אזוי אנדרעמלט געװאָרן -- פון לאנגן אײַנהערן זיך, פון טעמפּער מאָרעשכוירע. און וי נאָר ער איז אנדרעמלט געװאָרן, אזוי גלײַך האָבן זיך דערהערט די פרעמדע טריט, װאָס דערנעענטערן זיך אין דרויסן צום שטיבל, -- הארטע טריט פון פעסטע מאנצבל-שטיוול. קוילעס האָבן דאָרט א רעד געגעבן, עטלעכע מיט- אמאָל, א שטארקער אקסל האָט א פּרוּוו געטאָן פון דרויסן די טיר, און נאָכדעם 8 מען אָנגע- הויבן טאק צו קלאפּן, פריִער אין איין פענצטער און באלד -- אין צו ר אבע האָט א ציטער געטאָן, געעפנט די אויגן און נישט דערקענט קיינעם ארום זיך. אין שטיבל האָבן זיך פארבראָכן א פּאָר וט -- דעם ייִדנס הענט. די הענט האָבן א רעד געטאָן אָן א קאָל; -- אוי, עס איז שלעכט... ס'איז שלעכט!.. דעם סטעלמאכס אויגן האָבן זיך פארגלאָצט מיט אזא צעטומלטקײַט, גלײַך נידעריקער פון זיי, איבערן האלדז, פירט מען דורך מיט א מעסער. אין דער זעלבער צײַט האָט אבעס לײַב דער- א אז דאָ אין שטוב וויל עס מער נישט בלײַבן. דאָ איז דעם ענג, װוי אין א שטײיג, װאָס מע עט באלד אף אייביק שליסן. ווען אין דרויסן זאָל זײַן איינער אָדער צויי, װאָלט ער זיך אף זיי געװאָרפן, נאָר דאָרט ריידן א מענטשן זיבן-אכט: -- האָב זיי א שווארציאָר!.. פלינק, מיט א שטומען זײַטיקן שטויס, איז אבע געווען אין פינצטערן הינטערהויז, אָנגעטאפּט דעם לייטער אין װיײַטן ווינקל און איז ארוף אפן בוידעם, דאָרט איז ער געשטאנען א װײַלע אָנגעבױיגן און זיך אײַנגעהערט: מע איז שוין ארײַן אין שטוב. מע רעדט הויך. שטארק הויך. זײַן לײַב האָט פאראקשנט זיך געצויגן װײַטער. דורכן היפּשן לאָך ארום קוימען האָט ער אויס- געקוקט דעם דאך פון דער נאָענטער שטאל און זיך אהין איבערגעקליבן. דאָ אינעם ווייכן היי. װאָס פילט אָן דעם שטאל-בוידעם, איז געווען פיל ווארעמער, פינצטערער און שטילער. פון אונטן האָט זיך נאָר געהערט, װי דעם סטעלמאכס צוויי פערד הערן אוף צו קייען און הערן זיך אײַן באגלײַך װי דאָס, װאָס אפן בוידעם טוט זיך, דערמאָנט זיי אָן די אָפּטרעטנדיקע דײַטשן בא וועמען דער סטעלמאך האָט זי פאר א שיבעש אָפּגעקויפט. אבע האָט זיך אזוי לאנג אײַנגעהערט צום אויסגאנג פון שטאל, ביז אים האָט אָנגעהויבן ציִען דער האלדז-און-נאקן. ער האָט מיד און שלעפעריק דעם קאָפּ אונטערגעשפּארט, און װי נאָר ער האָט אָנגעהויבן דרימלען, אזוי גלײַך האָבן פיל פיצעלעך און שטיקעלעך שרעק אָנגעהויבן נעענטער צו אים צוטרעטן. זײַן לײַב איז געלעגן צװישן זיי, װי נאקעט. ער האָט זיך אופגעכאפּט. ס'איז געווען טיף אין דער נאכט. א ביקס האָט ערגעץ טומלדיק אויסגעשאָסן, דערנאָך איז ארום-און-ארום דער שטאל, װי פריער, געווען באנאכטיק-שטיל. לינקס, פון יענער זײַט, װוּ עס געפינט זיך דעם סטעלמאכס שטיבל, האָט מען געטאָן א שטארקן קלאפּ מיט דער טיר. א װײַבערש קאָל האָט דאָרט פּלוצעם אויסגע-

=

: 8 שּ : := 3 2

10

שאָסן היסטעריש און ווילד, װי נישט וועלנדיק נאָכגײין איינעם, װאָס שלעפט זי מיט געוואלט אין דרויסן. א װײַלע האָט דאָרט דאָס קאָל זיך פארהאלטן, זיך אײַנגעגריבלט מיט שארפן גרויל אין טויטער באנאכטיקער לופט, נאָר באלד זיך איבערגעריסן, זיך אָפּגעהאקט מיט א מאָדנע- שטילן װײַבערשן זיפץ;

--- אוי, וויי צו מיר, װויי!

און ווידעראמאָל איז די נאכט פול געװאָרן מיט טויטן גליווער.

ווידער האָט זיך אבע אופגעכאפּט אין גרויסער שרעק. געווען איז דאָס מיט גרויען טאָגליכט. אים האָט זיך געדאכט: דער סטעלמאך קרעכצט, ער בעט א טרונק. נאָר אז ער האָט זיך אומגע- קוקט, האָט ער ארום זיך קיינעם נישט געפונען, און שטארק דורשטיק איז גאָר געווען ער, אבע, אליין. ער האָט שטיל ארויסגעקלעטערט אין דרויסן. איצט, באם גרויען שלעפעריקן שאריען, מיטן ערשטן קרייען פון די הענער, איז געווען די בעסטע צײַט אף מאכן פּלײַטע. ער האָט זיך געשווינד א טראָג געגעבן אראָפּ בערגל, צו דער נעפּלדיק-פּײַכטער בערע, װאָס הינטער דעם סטעלמאכס לאנגן גאָרטן, נאָר פּלוצעם דערזען, װי קעגניבער דעם בריקל העצקען אף פערד עטלעכע פּעטליורישע רײַטער, העצקען אין א הירטל, װי אן אױסשפּיר-טײל, װאָס קערט זיך אום אין דאָרף פון נאָך באנאכטיקן זוכן. אבע האָט זיך מיטאמאָל צונויפגעלייגט אינצווייען, א יאָג געגעבן אָן א זײַט און אײַנגעהויקערטערהייט זיך אריבערגעװאָרפן איבער א פּלויט אין א פרעמדן פויערשן גאָרטן. ער האָט נישט געװוּסט, צי דער רײַטער-טײל האָט אים געזען, צי ניין. ער איז געלעגן א װײַלע און זיך אײַנגעהערט: מע רעדט אלץ הויך אין אָנהייב בערע באם בריקל, קלאָלעס קלינגען דאָרט, וי א טויבלעכער מעטאל, און צו אנטלויפן איז שוין צו שפּעט. מע הייבט אָן רודערן ארום די הײַזער. א װאָגן רוקט זיך ערגעץ הילכיק, װי אף ברוקירטן שטײין. און װײַט- װײַט אין רעכטן עק פון דאָרף הייבט מען אָן זונטיקדיק צו קלינגען אין קלויסטער. עס איז שוין געווען אינגאנצן ליכטיק. עס איז קוים-קוים ווארעם אופגעגאנגען די זון, געײַלט, געײַלט צו העלער צײַט פון מיטן טאָג, און דער דרויסן האָט זײַן פרעסטל געהאלטן אין איין נאָכלאָזן.

אבע איז געלעגן אין א פרעמדן פּויערשן גאָרטן. אין א גרוב, װאָס איז אמאָל א קעלער געװען: געזעסן דאָרט פארלוירן אף א פאראיאָריק בערגל מיסט און זיך אײַנגעהערט: אין דאָרף טופּען אלץ נײַע און נײַע פערדישע טלאָען, פּעטליורישע רײַטער קומען צו.

איין זײַט גרוב איז געווען פארדעקט מיט קרומע צװײַגן, מיט דינע ריטלעך, און דורך זיי האָט זיך דער הימל געזען, װי דורך א זיפּ -- א ריינער אָנהייב-ווינטערדיקער הימל, א נײַ-אויס- געבלויטער און א לויטערער, װאָס ציט צום פרישן דרויסן, נאָר דער טאָג אליין דערמאָנט שטארק אָן אלץ, װאָס איז פאָרגעקומען באנאכט, -- א לאנגע נאכט. אבע זיצט דאָ אין גרוב אָן א היטל. ער ווייסט נישט, װוּ ער האָט זײַן היטל פארלוירן. ער געדענקט אָן אופהער דעם סטעלמאכס צוויי פערד, װאָס זײַנען העפקערדיק פארבליבן דאָרט אין שטיב?: באנאכט, װוען עס װעט פינצטער ווערן, װעט ער פּאקן איינס פון אָט די פערד און װעט שטיל אװעקיאָגן צוריק אהין, אין דאָרף, צו די באָלשעװיקעס.

פארנאכט האָט אבע שטיל אָנגעהויבן ארויסקלעטערן פון גרוב.

אין גרינגן פרעסטל האָט געשמעקט מיט שאָלעכץ פון קאלטע עפּל און מיט נײַעם שעפּסע- נעם פּעלץ.

אינמיטן דאָרף אנטקעגן שטיל געװאָרענעם קלויסטער האָבן אויסגײיענדיק דערייכערט צויי הײַדאמאקישע אײַזערנע קיכן, געזעצט מיט דאמף פון פעטן מארכביין און פון כיילעוו. הײַדא- מאקעס זײַנען געשטאנען אינמיטן דאָרף אפן פּלאץ, זיך געװאָרגן אין אייגענעם רייעך -- א רייעך פון אױיסגעװעפּטן יאָדאָפּאָרם און פון שווייס, זיך געשטופּט צו א גרויער שפּילנדיקער הארמאָש- קע, ארום וועלכער עס טאנצן פּאָרן. אינמיטן דאָרף האָבן זיי געמיסטיקט מיט שאָלעכץ פון יאָדערן, מיט קאטשאנעס פון קרויט און אופגעהויבן א גרויס געלעכטער בא יעדן פּרוּוו, װאָס א דאָרפס- מויד מאכט ארויסצוטרעטן פון איר פאָטערס הויז. פּלוצעם האָבן זיך דאָרט דערהערט קוילעס;

-- יאָג אים, יאָג אים!

-- לאָז נישט דורך.

אין א צעשאָטענעם געמיש האָט די ערשטע פּאָר פיס אװעקגעיאָגט צו א פרעמדער פור, װאָס באװײַזט זיך אינמיטן וועג אין עק פון דאָרף:

-- כאפּ! האלט! האלט!

11

וׂ | |/ | ן ן

און נאָך זיי האָבן זיך געלאָזט אנדערע -- אלע. מע האָט אױיסגעשאָטן פון די שטיבער און פון די הויפן, באשטיוולטע קני האָבן בערייַש געשװוינדלט פון איבער פּלױטן. און אלץ איז גע- לאָפן אהין, צו דעם פרעמדן פארהאלטענעם װאָגן:

-- לאָז נישט!

-- זיי האָבן געװאָלט אנטלויפן.

די מאכנע ארום דער פור איז געוואקסן, װי א רירעוודיק געשווילעכץ, זיך געשנירלט און גערינגלט, רעציכעדיק האָט מען דאָרט איבער אקסלען און איבער קעפּ אריינגעזידלט אין סאמע מיטן פון דער מאכנע, אריינגעשטויסן מיט די פויסטן, און זיך אלץ געריסן צו צוויי פרעמדע, װאָס זײַנען אין טיפן מיטן פון דער מאכנע שוין געווען שטארק הייזעריק און מיד פון וערן זיך, פון שרײַען מיט גרילצנדיקע, האלב-דערװאָרגענע קוילעס און מיט טײַנעס.

עס איז געװאָרן שפּעט; עס איז אופגעגאנגען די לעװאָנע, דעמלט האָט מען פון מיטן דער מאכנע ארויסגעפירט א פּאָר מידע אױיסגעשפּאנטע פערד, מע איז אוועק מיט זי אראָפּ אין דאָרף ארײַין, װי נאָך א רויקן פּסאק. די ארומיקע מענגע מענטשן-קרײיזן האָט זיך פאנאנדערגעשאָטן, איז זיך נישט פאנאנדערגעגאנגען, נאָר זיך צעקראָכן, אויסגערונען. אין גאנצן דאָרף איז מען שוין געשלאָפן, און נאָר אבע איז דאָרט איינער אליין געשטאנען: געשטאנען אָן א היטל, אין זײַן גרויען אָפּגעריבענעם שינעל, הארט באם פארטראכטן ציילעם, װאָס אין אָנהייב דאָרף, און האָט געקוקט מיט באנאכטיקע אויגן.

אנטקעגן, אפן אָרט, װוּ עס איז פאָרגעקומען דאָס געשלעג, איז געבליבן נישט מער, וי אן אױיסגעשפּאנטער ליידיקער װאָגן מיט א שטעקנדיקן דישל, מיט צעוואלגערטע פערדישע שלייעס. ארום װאָגן האָבן זיך געפּאָרקעט צוויי פרעמדע: א פולבלעכער, אין א קורץ לײַבל און אין נײַע שטיוול, א רירעוודיקער, וי א יונגער עי סאָלדאט, װאָס פאָלגט און רעדט א

ער האָט אלעמאָל צוגעלייגט א זשמעניע צו דער נאָז און האָט געקוקט אנטקעגן דער לעװאָנע, צי עס גייט נאָך בלוט. דער צווייטער -- א מיטלווו .5 אין א שווארצן עס -- האָט אלץ נישט

אופגעהערט קורצזיכטיק צו פּאָרקען אינעם שטרוי פון װאָגן.

-- ס'איז דאָ, -- האָט ער שטיל געזאָגט, --- אלץ איז דאָ.

דער דאשעק פון זײַן סטודענטיש היטל איז געווען פארפאָרן אין א זײַט. זײַן צעטראָגן פּאָנעם האָט אויסגעזען אזוי, װי עס װאָלט װאָכנלאנג קיין צײַט נישט געהאט צו לאָזן זיך ארומגאָלן, און פאר זײַנע שווארצינקע גלאנציקע שווארצאפּל איז געווען װינציק פּלאץ אין די קליינע שמאָלע אויגן. זייער אויסדרוק איז געװוען:

-- נישטאָ קיין צײַט... נישטאָ קיין צײַט..

-- איז װאָס, --- האָט ער אלץ געפרעגט באם פולבלעכן, -- איז װאָס וועט זײַן?

אבע האָט זיך דערנעענטערט צו זי פּאמעלעך פון הינטערן ציילעם, זיך געגאנװועט א טריט נאָך א טריט, נאָר אלץ אָן מוירע. ביידע זײַנען זי דאָרט געווען וי וי ער, אבע, זײַן לײַב האָט זי זי געצויגן און נישט געפילט קיין סאקאָנע. ער איז שוין געווען נאָענט, געשטאנען, װי א א מיט א א הענט און געקוקט מיט באנאכטיקע אי גן. און פּלוצעם האָט זײַן בליק פון קעגניבער דעם װאָגן באגעגנט דער פולבלעכער אין לײַבל און אין די גאנץ נײַע שטיוול, באגעגנט רויָק, 4 שוידער. אבע איז אָפּגעטראָטן צוריק צום ציילעם, נאָר יענער האָט זיך אלץ דערנעענטערט, צוגעקומען פּאמעלעך מיט אן אָנגעבויגענעם שטערן, װי אף א שטויס צו געבן. מיט שטארק גרויע אויגן האָט ער א װװוײַלע זיך אײַנגעקוקט אין אבעס פּאָנעם.

א פּויזע.

זײַן קאָל האָט א פרעג געטאָן בא אבען אף ייִדיש זייער שטיל, גלײַך ער בעט זיך בא אים, ער זאָל אים פארגלייבן זײַן סאָד;

-- דאכט זיך, א ייָד?.. צי ניין?

אבע האָט אָן מוירע אראָפּגעשלונגען. ער האָט א פאָנפע געטאָן צו זיך אין נאָז:

-- נו, יאָ...

אָפּגעווארט א ביסל און צוגעגעבן:

-- װאָסי דען?

די שטארק גרויע אויגן האָבן באמערקט, אז ער איז אָן א היטל.

-- וי קומט מען עפעס אהער?

אבע האָט אָנגעהויבן דערציילן, נאָר איצט זײַנען שוין לעבן אים געשטאנען ביידע פרעמדע, זי האָבן זיך א שעפּטשע געטאָן, א קוק געגעבן אף אבען, זיך װוידער א שעפּטשע געגעבן און ווידער א קוק געגעבן אף אבען.

-- און צו די באָלשעװיקעס, -- האָבן זיי בא אבען געפרעגט, -- צו זיי איז װײַט? צו די אופגעשטאנענע...

12

--- צום נדסקער פּאָלק? װאָסי דען?

-- מיר דארפן...

--- אזוי, אז... א װיאָרסט פופצן, זאָג איך.

-- נישט מער?

אבע האָט אומשולדיק אופגעהויבן די אקסלען:

--- מענטש איינער, איך קום דאָך פון זיי...

ווידעראמאָל א שטום קוקעניש אף אבען, א שטיל שעפּטשען און באנײַס א קוקעניש.

-- א פּאֶר פערד קאָן מען קריגן?

אבע האָט געזאָגט:

-- בעסער -- צופוס.

--- ניין, מיר מוזן האָבן.

-- װאָס זשע? -- אבע האָט מיט א באלעגאָלישן װוּנק זיך א זײַטל געטאָן אפן װאָגן. מע פירט דאָרט עפּעס?

-- מע מוז האָבן פערד.

אבע האָט זיך גענומען קראצן.

-- פאראן דאָ באם סטעלמאך אין שטאל א פאָר פערד.. ערשט אָט דאָ באנאכט האָט מען געהארגעט דעם סטעלמאך..

-- נו?..

-- מוז מען דעם װאָגן פריִער אװעקשלעפּן ארום-און-ארום דאָרף צום בריק, װאָס בא דער בערע, און איך האָב מוירע... און הונגעריק בין איך... נישטאָ עפּעם צו קײַען?

אבען האָט מען געגעבן ברויט, און צום בריקל א קוק געבן איז אוועק יענער, װאָס אין לײַבל און אין די שטיוול. דערנאָך האָבן אלע איניינעם אהין געשלעפּט דעם װאָגן: דער פולבלעכער פּארשוין און דער קייענדיקער אבע האָבן זיך אײַנגעשפּאנט אין די שלייעס, און דער צעטראָגע- נער אינעם סטודענטישן היטל האָט אונטערגעשטופּט. בא דער שײַן פון דער לעװאָנע האָט אבע ארויסגעפירט און איינגעשפּאנט דעם סטעלמאכס פערד. און דער, װאָס אין סטודענטישן היטל, האָט אלץ געװאָלט, ס'זאָל זײַן גיכער, גיכער. :

-- איז עפשער טאקע אף אייך ווארט מען? -- האָט געפרעגט אבע.

-- ס'אי דען?

-- כ'האָב געהערט זאָגן: מע ווארט אף א פּאָר מענטשן פון די רויטארמייישע פּאָלקן..

ביידע פרעמדע האָבן זיך דורכגעקוקט. פונעם שמועס, װאָס זיי האָבן צװישן זיך געפירט, האָט אבע בלויז געהערט, אז איינער פון זיי, דער פולבלעכער, הייסט גריטשקאָ און אז דער צוויי- טער, אין דעם שווארצן שינעל, הייסט ציטרון. זיי האָבן בא אבען געפרעגט:

-- ווער איז דער קאָמאנדיר דאָרט... בא אײַך אין פאָלק?

-- דער קאָמאנדיר? טאראס הייסט ער. װאָסי דען?

-- גאָרנישט, ס'איז רעכט... פאָר!

מע האָט זיך אלע דריי ארײינגעװאָרפן אין װאָגן און מע איז שטיל אוועק מיטן זאמדיקן וועג ארוף א בארג. איצט איז שוין דער אָװנט אינגאנצן געווען טונקל. מע האָט באלד נאָכן בארג אויסגעמיטן דעם ברייטן וועג און מ'איז אוועק מיט א זײַטיקן, א שמאָלן, װאָס פארלירט זיך אין דער ברייטער שטרעקע, װי אין א סטעפּ. דאָרט האָבן די פערד אָנגעהויבן אונטערצולויפן, און ביידע פרעמדע האָבן זיך װוי איינגעהויקערט און אנשוויגן געװאָרן.

אבע איז געזעסן אין װאָגן אָן א היטל, די פיס באלעגאָליש אונטער זיך, און האָט פויל אָנ- געטריבן. ער האָט אלץ געדענקט דאָס דאָרף, װאָס הינטער די פּלײצעס, און דעם סטעלמאכס האלב-פּועריש, האלב-ייִדיש שטיבל, װאָס דאָרט אנטקעגן דער איינקלאסיקער שול. אים האָט באנק געטאָן:

;געווען באדארפט כאָטש אריינגיין אהין צום סטעלמאך, כאָטש א קוק טאָן"..

אים האָט באנק געטאָן דער סטעלמאך, אָט אזוי, וי עס טוט באנק א שטילער ייַד א פעטער, אזעלכער, װאָס זאָגט קיינמאָל נישט קיין גוט װאָרט, נאָר מע ווייסט דאָך, אז ער איז געטריי, און מע פילט זיך לעבן אים געשיצט.. און אויך דער מאליאסניק פונעם הויז אונטערן בלעך, װאָס ארויס דאָרף, האָט שטיל און באנאכטיק באנק געטאָן.

אבע האָט אלץ געקוקט אנטקעגן צום קליינעם וועלדל, װוּהין מע דערנעענטערט זיך. הויך איבערן וועלדל האָט איצט נאָך ליכטיקער װי פריִער געשײַנט די לעװאָנע. אונטן, צװישן די ביימער, האָט זיך געדאכט, לויפט ארום עפּעס א שטארק רויטלעכס און רירעוודיקס, װי א קליין ציטעריק פּײַערל, נאָר א קאלטס, וי דאָס פרעסטל, װאָס שטארקט זיך אין דער שפּעטער נאכט ארײַן, וי די קאלטע שײַן, װאָס גיסט זיך פון אויבן, פון דער לעװאָנע. װאָס מער מע האָט זיך

13

דערנעענטערט, אלץ מער האָט זיך עס אָפּגערוקט, אָט דאָס קאלטע רירעװװודיקע פייערל. אבע האָט זיך אין דעם אײַנגעקוקט, ביז ער האָט שיר-שיר אָנגעהויבן דרימלען. מע איז שוין געווען גאָר נאָענט לעבן וועלדל, און פּלוצעם האָט אבע, זיצנדיק אפן װאָגן, זיך א וואקל געטאָן און דערפילט א ציטעריקן גרויל. ער איז טיף אין זיך נאָך אלץ מיט אלע כושים געשלאָפן. אים האָט זיך געכאָלעמט: אין אָנהייב וועלדל אפן לײידיקן אויסגעהאקטן אָרט, צווישן די װואָרצלען, װאָס געלן זיך אנטקעגן דער לעװאָנע, ווארפט זיך איבער א שאָטנדל פון איין אָרט אפן צווייטן, און א געשטאלט, ווי אין א קליידל.

א מאָדנע גרינגס און שוועבנדיקס, טוט דאָרט א יאָג באָרװועס, מיט א קינד אף די הענט, שווימט ארויס פון צװוישן די ביימער, װאָס אין איין זײַט, און פארשווינדט גלײײַך צווישן די ביי- מער, װאָס אנטקעגן.

-- טפּרו! -- האָט אבע, אופכאפּנדיק זיך, פּלוצלינג אָפּגעשטעלט דעם װאָגן און איז גע- שווינד אראָפּ פון דער פור.

-- װאָס איז? -- האָבן דערשראָקן, װי פון שלאָף, א פרעג געטאָן ביידע פרעמדע. -- װאָס האָט געטראָפן?

נאָר ארום-און-ארום איז געווען שטיל. די לעװאָנע-שײַן האָט זיך געגאָסן פון אויבן אפן

וועלדל, און אין דער גאָרער טיף פון וועלדל -- נישט קיין מינדסטער שאָרך אפילע, נישט קיין פײַער און נישט קיין ריר פון א בוים אָדער פון א צװײַג. אבע האָט אָקאָרשט איצטער אופגעוואכט. ער האָט זיך ארומגעקוקט.

-- ניין, גאָרנישט... --- האָט ער געענטפערט.

און, פארגילענדיק פון פאָרנט פאר די פערד, האָט ער געמאכט אזא אויסזען, גלײַך באם שפּאן האָט זיך עפּעס צעריסן און ער פארבינדט שטארק מיט קויעך און מיט א סאך קניפּן, קעדיי עס זאָל מער נישט פּלאצן. ער האָט פּלוצלינג דערפילט, אז מיט די צוויי, װאָס זיצן אפן װאָגן, איז ער װי פון לאנג שוין זייער היימיש -- דאָס זײַנען נישט די פּארשוינען פון זײַן שטיפפאָטער, װאָס ער פלעגט פירן, און די פור אליין איז אויך עפּעס גאָר אן אנדערע -- זי איז קיינעמס נישט און זי איז אלעמענס.

-- א בראנד אין זיי, -- האָט ער געזאָגט, -- היצלעס, הא? אָט יענע, װאָס אין דאָרף... מירן גיין אף זײי, הא? מירן גיין אף זי מיט אונדזער גאנצן פּאָלק.

צו

אף מאָרגן אינדערפרי.

רויטער שטאָף האָט הויך אפן שטיבל פון שטאב געפלאטערט פון גאנצפרי אָן, װי א פרי- שער קימפּעט-פאָרהאנג זיך געװוינטלט מיט אָן א שיר קנייטשלעך אין די קנאקנדיקע כוואליעכ- לעך, און אין יעדן קנייטשעלע א פרייד:

! -- אן עק צום שטיין.

אנטקעגן, אין גרויסן בלאָטיקן הויז ארום די פארקאזארמעטע שטיבלעך, װוּ מע רייניקט די קאזיאָנע פערד, האָט ארומגעבלאָנדזשעט אבע.

ארומגעבלאָנדזשעט שלעפעריק נאָך א קורצן גאנצפריענדיקן דרימל, געשטאנען היימיש, זוי אן אָרטיקער, װאָס קאָן גלײַך מיט אלע ארומיקע דאָ זאָגן א דייע, און אלץ גייט אים דאָ אָן נאָך פיל מער, אײידער עס גייט אים אָן זײַן קאלע, װאָס דאָרט אין שטאָט אין טאָל... צו איר, צו דער קאלע, איז שוין עפּעס אזוי װוײַט, פיל װיײַטער, װי סע האָט זיך געדאכט. נאָר אים, אבען, ארט עס נישט.

אבע האָט שטייענדיק אזוי געשפּיגן זויערלעך און בייז. אין א װײַטן ווינקל איז א הירטל קאזיאָנע פערד געשטאנען מיט פארשמאָלטע, דרימלענדיקע אויגן, זיך גענעצט סײַ באטאָג סײַ באנאכט אפן רעגן. צו דרײַ פון אָט די פערד האָט אבע געהאט א נאָענטע שײַכעס: איינס איז געווען א קליינס, א פארזשמורעטס, דעם ייִדישן שמידס פון הינטער דעם דאָרף באם װײַטן טראקט, און צוויל זײַנען געװען דעם סטעלמאכס: גרויסע, מיט שטארק קורצע, אײביק צאפּלענ- דיקע עקן, מיט אָפּגעשױירענע פארמוליעטע העלדזער און מיט דארע שטעקנדיקע קלובעס. אבע האָט אף זיי געקוקט אומעטיק, וי אף יעסוימים.

-- שטיי, דו!

מיט א בייזלעכן פאָנפע האָט ער זיך אָנגעבויגן צו איינעם פון די פערד, אים באפרײַט א פארפּלאָנטערטן פוס פון שטריק און נישט געשלאָגן מיטן פוס אין בויך, װי עס קומט אין אזעל- כע פאלן.

14 יו

2 קוקנדיק פארטראכט, האָט ער שוין געפילט, אז אויך אלע אנדערע פערד, װאָס דאָ אין הויף,

זײַנען איִם פיל מער אייגן, װי די פערד פון זײַן שטיפטאטן יעכיעל-מוישע. אויך ער האָט צו

זיי, וי אלע מענטשן דאָ אין פּאָלק, זייער א נאָענטע שײַכעס. -- אבע, -- האָט אים פון הינטן גערופן זאזולי, --- גײי: מע רופט דיך אין שטאב ארײַן, אבע! 0 אבע האָט זיך אהין אװעקגעלאָזן מיט א באשעפטיקט פּאָנעם פון א שוטעף. ער האָט געװוּסט, !=

אז אין שטאב זיצן נאָך אלע פון פארטאָג אָן, פארזאמלט ארום גריטשקאָן און ציטרונען, וועלכע =

ער האָט נעכטן אין אָװונט ארויסגעראטעוועט. ער, אבע, איז דאָ פּונקט אזא כאָשעװו, װי זיי. אין שטאב האָבן אלע שמייכלענדיק זיך געצויגן מיט א פּאָנעם פון נאָך אויסהערן א לאנגע,

אָנגעלײיגטע מײַסע. -- אבען, -- האָט מען געזאָגט, -- דעם ערשטן פּאיאָק! --- מאָלאָדיעץ!.. אבע! 1 אבע האָט געקוקט ברויגעזלעך, וי גלײַך עמעצער וויל אים דאָ זאָגן; / --- האָסט דאָך גאָר געװאָלט נישט מער, וי צו דײַן קאלע האָסטו דאָך געװאָלט. ער איז געווען גרייט צו ענטפערן: | -- איז װאָס זשע, אז איך האָב געװאָלט איז װאָס? ער האָט געקוקט מיט נישט-גלויבן אפן פּאיאָק: --- איז ווען גייען מיר מיטן פּאָלק אפן דאָרף?.. -- האָט ער א פרעג געגעבן. --- אף ליטשי-

נאָווקע, הייסט עס, ווען גייען מיר?

| ' : 123 |

4 : 6 :

ר יע ש עי" 28

לע אן סואן

י"ע טשי טע ה

בנאגעגעניש

דער רעגן פלייצט. דער רעגן פלייצט. די לופט איז שארף און קיל.

און ריי נאָך ריי, און ריי נאָך ריי

מיר גייען אלע שטיל.

א בליץ צינדט אָן די בייזע נאכט דאָרט װײַט ערגעץ, העט-װײַט. מיַר גייען שטיל. מיר גייען שטיל. און לאנגזאם גייט די צײַט.

איין טרוים בא אונדז, נאָר איין פארלאנג:

א צװײַגל פײַער בלויז! דער רעגן פלייצט. דער רעגן פלייצט. קיין דאך. קיין פונק. קיין הויז.

נאָר אומגעריכט איך האָב דערהערט גאָר נאָענט, דאָרט אין טאָל,

איִך האָב דערהערט א לײַכטן טראָט, א מיַידלש-הארציק קאָל.

און ס'האָט דער כוישעך זיך צעזייט. מיַט פרײיַנט איך האָב מארשירט! דאָס מיידל איז פארשווונדן גיך,

וי פּונקט א שטראל פון ליכט.

16

נאָר ס'האָט אין הארץ בא מיר געקלאפּט

איר שטים אין יענער נאכט:

פאָרויס, מײַן פרײַנט! פאָרויס, מײַן פרייַנט!

איך גיי מיט דיר אין שלאכט.

איך פיל איר אָטעם נאָך לעם זיך, כאָטש זי איז שוין אוועק.

ס'איז אונדזער וועג איצט אף צאָנג-טראפּ, אף מיזרעך -- זייער וועג.

וי נאָענט-ליב איז דײַן געשטאלט, כאָטש כ'ווייס ניט, וי דו הייסט. ביסט א סאָלדאט, דו טראָגסט א ביקס. אין שלאכט ארײיַן דו גייסט.

יו

ביסט אזוי װײַט פון מיַר, ביסט װײַט, אין פײַער ביסט אצינד.

דאָס איז דער אָטעם פון דײַן מויל, צי דאָס איז גאָר דער ווינט?

עס צאפּלט אוף די ביקס אין האנט, דײַן שטים וועקט אוף די נאכט:

איך גי מיט דיר!

איך גי מיט דיר!

איך גי מיט דיר אין שלאכט!

1--54

עו אוויי אע יו

טאַ כא

וועגן װאָס דערציילן ניט די בריוו

ווען רויק-שטיל די מארקע זעצט זיך אין ווינקל פון קאָנװערט, עס הייבן אָן בא איר צו וואקסן פליגל...

א שפּראָץ אף טאָג דער בריוונטרעגער גייט. אין װײַטן דאָרף עס קרייט דער ערשטער האָן.

דער בריוונטרעגער האָט דערגרייכט די בערג :-- דאָס ערשטע שטערנדל עס צינדט זיך אֶן. א דונער קנאלט. א מאבל פאלט. דער בריוונטרעגער גייט און גייט און גייט, ער טראָגט דורך וואלד-געדיכטעניש זײַן זיסן יאָך. נאָך זיַנע שפּורן, טרעפט אמאָל, א הונגעריקער טיגער גייט אים נאָך. און װיפֿל מאָל -- א באָמבע טוט א זעץ, און ערד מיט הימל מישן זיך צונויף. ס'איז שווארץ די נאכט, --- ער גייט

און גייט -- אהין, װוּ ס'פלאקערט שוין די שלאכט, מע ווארט אף אים, מע ווארט! זי רוען ניט. ערשט דעמלט רוען זיי, די פליגל פון די מארקעס, ווען מידע הענט פון זעלנער דערפילן זייער ברי. און װאָס געשען מיט זיי אין וועג --- דערציילן ניט די בריוו...

וואן דײַ

מיר װעלן נאָך קומען צוריק

מיר זײַנען געגאנגען, מיר זייַנען ארײַן אין די דזשונגל געגאנגען, און דאָרטן גערוט געגאנגען... און געלאָשן דעם דאָרשט נאָר דעמלט, ווען ס'האָט זיך די מיט קוואליקן וואסער, נאכט -- װאָס שורשעט וי זײַד, שוין די דריטע:! -- פארענדיקט, און מורמלט, װוי מוטערס א וויגליד.

17

און ווידער באגלייטן מיט טרויער אין בליק.

מיר זײַנען געגאנגען, אָ, ווארט אף אונדז, בלימעלעך, ווארט! געגאנגען, מיר װעלן נאָך קומען געגאנגען... צו אײַך מיט געזאנגען. דאָס קווייטעלע באן איז ווארט, ניט פארוועלקט, און דאָס קווייטעלע מאי, מיר װעלן דאָך קומען צוריק, וי שטערן געדיכט, מיר װעלן דאָך קומען צוריק!

גוטמאָרגן, היים מײַנע!

איך טראָג אהיים, אפן קאָראָמיסל, צוויי קוישן רײַז. איך טראָג צו זיך אהיים --- אין דערפל זיענג-סא. און אף מײַן ברייטער הוט פון פּאלמע-בלאט איך טראָג דעם ערשטן זונען-שטראל, די לופט איז קיל, דער וועג איז שטיל, אף רעכטס און לינקס זיך וויגן גרינע שטענגעלעך מאיס. אָט זע איך שוין די שטרוי פון אונדזער דאך, אף איר עס פינקלט נאָך דער טוי. גוטמאָרגן, היים מײַנע, מײַן דערפל זיענג-סא! ווער שטייט לעם אונדזער שוועל? ווער קוקט אף מיר און קוועלט? ס'איז מײַן געליבטער. ער!

ייִדיש -- מ. טייף

וועטעראנען פון דער אָקטיאבער-רעװאָליוציע

ניט לאנג צוריק,

דערציילן

אין איינעם א געװיינלעכן װאַכעזיק-אַנגעשטרענגטן ארבעטס'טאָג, האָט

עטלעכע שאַ נאָכאנאנד אין דער רעדאקציע ,סאָװעטיש היימלאנד* געברויזט מיט ענערגיע און פרייד. ס'איז געװען צו באװוּנדערן, װיפל יונגן טעמפעראמענט עס האָבן ארײַנגעבראכט אין די רעדאקציע-צימערן די פאַרשטײער פון דער אלטער באָלשעװיסטישער גװארדיע, װעלכע זײַנען געקומען צוגאסט צו די סאָװעטישע ייִדישע שרײַבער.

אין אַנהײב פון דער באגעגעניש האָט דער הויפט-רעדאקטאָר פון ,סאַװעטיש היימלאנד" ארן װערגעליס אויסגעדריקט די טיפע פרייך פון די שרײַבער און פון דער רעדאקציע צו טרעפן זיך

מיט דער גרופע װײַסרוסלאנד.

מיר מיינען, אז אונדזערע לייענער װעט זײַן אינטערעסאנט צו דערװיסן זיך,

איז געגאנגען א רײד בעשאס דער דאַזיקער באגעגעניש.

דער גרויסער ערעו

עס הייבט זיך אוף פון זײַן אָרט א הויכער, גרײַזיגראָװער מאן -- עדוארד מארט- נאָװויטש מעדנע. ער איז א מיטגליד פון דער קאָמוני- סטישער פּארטיי פון 1903, גע- ווען איינער פון די ערשטע אָנ- פירער פונעם וויטעבסקער גוב- קאָם פון דער פּארטיי. דער פאָרזיצער פון דער באגעגעניש זאָגט אים: /עדוארד מארטינאָ- וויטש, ס'וועט אוואדע אײַך זײַן באקוועמער ריידן זיצגדיק". נאָר דער 85-יאָריקער וועטע- ראן, געוועזענער ריגער ארבע- טער, זעצט זיך ניט, ער שטייט און קוקט מיט ליבשאפט אף זײַנע אלטע קאמף-כאויירים. אָט װאָס ער דערציילט;

-- איך דערמאָן מיך לענינס ווערטער, אז ווען עס װאָלט ניט געשען די ערשטע רוסישע רע- װאָליוציע, װאָלט אומעגלעך געווען די סאָציאליסטישע רע- װאָליוציע. פון 1917. אינעם פינפטן יאָר, ווען עס איז אויס-

דעס רעפאַרטאזש װעגן דער בא- געגעניש מיט די אלטע באַלשעװיקעס האַבן צוגעגריײט כ. מאלטינסקי און ס. פרײַ.

געבראָכן די ערשטע רוסישע רעװאָליוציע, בין איך געװוען אין ריגע. אין מײַן זיקאָרן האָבן זיך באזונדערס פארקריצט די פּראָטים פונעם בארימטן רי- גער פּראָצעס פון די 36 --- דעם פּראָצעס איבער דער שלאכט- אָרגאניזאציע פונעם ריגער קאָ- מיטעט פון דער רוסלענדישער סאָציאל-דעמאָקראטישער אר- בעטער-פּארטיי.

דאָס איז פאָרגעקומען אין אפּרעל 1905. א מיליטערישער פּאטרול, צוזאמען מיט אגענטן פון דער אָכראנקע, האָט בא- נאכט אף איינעם פון די פינצ- טערע ריגער געסלעך ארעס- טירט פיר מענטשן פון אונדזער קאמף-דרוזשינע: יאן בוש- מאן --- א לעט, ראיעפיק -- א ייד (מע פלעגט אים רופן ,פּײַיל-אויסן-בויגן?) און נאָך צוויי. דער פארהער איבער די ארעסטירטע איז פאָרגעקומען אונטערן פרײַען הימל, אף די זאמדיקע געסלעך, איבער וועלכע מע האָט זיי פריִער גע- פירט אין טורמע. בייס דעם פארהער האָט מען זיי אומעג- טשלעך געפּײַניקט, געפאָדערט טייקעפדיקע ענטפערס. ראיע- פיק, וועמען מע האָט פארהערט דעם ערשטן, האָט קיין װאָרט

װעטעראנען, װאַס האָבן געפירט אן אקטיװע רעװאָליוציִאָנערע ארבעט אין

װעגן װאָס עס

ניט ארויסגערעדט. א שאָס -- און ער איז געפאלן טויט. בוש- מאן האָט אויך געשוויגן, האָט מען אים אויך דערשאָסן אפן אָרט. דערזען, אז זייערע כאוויי-

רים ליגן טױטע, האָבן די איבעריקע צוויי ניט אויסגע- האלטן און גענומען ענטפערן אף די פראגן.. אָט אזוי איז צונויפגעשטוקעוועט געװאָרן א מאטעריאל צום ריגער פּראָצעס פון די 26.

ווען מע האָט געבראכט די צוויי הארוגים אין מאָרג, האָט

19

אריקהתטישה!

זיך ארויסגעוויזן,. אז בושמאן לעבט, ער איז שווער פארווג- דעט... מע האָט אים אין אזא צושטאנד אוועקגעזעצט אף דער באשולדיקונגס-באנק.

פאר די דרײַ הונדערט מענטשן, וועלכע זיינען בײַגע- ווען אין געריכט-זאל, האָט בו- שמאן באוויזן די װוּנד אין זײַן האלדז און הויך אף א קאָל דערציילט וועגן די ווילדע רע- ציכעס פון דער אָכראנקע אין יענער גרויליקער נאכט. דער פּראָקוראָר האָט נאָך דער דאָזי- קער ארויסטרעטונג שוין ניט דערוועגט זיך צו פאָדערן פאר בושמאנען טויט-שטראָף. נאָר זיבן מענטשן פון אונדזער שלאכט-אָרגאניזאציע זײַנען דאָך צוגעמישפּעט געװאָרן צום טויט.

דער אומפארשעמטער פּראָ- צעס, די אכזאָריעס פון דער אָכראנקע האָבן ארויסגערופן גרויס צאָרן צװישן די ריגער ארבעטער. די אטמאָספער איז געװאָרן אזוי אָנגעגליט, אז די צארישע מאכט איז געווען גע- צווונגען צו מילדערן דעם אור- טייל די טױט-שטראָף האָט מען פארביטן אף 15 יאָר קא- טאָרגע. איך האָב באקומען 5 יאָר. עס געדענקט זיך, װי מע האָט אונדז געשמידט אין קייטן און ארויסגעפירט פון טפיסע. ווען מיר האָבן זיך געזעגנט מיט די קאמפס-כאוויירים, האָבן מיר געגעבן א שווּע זײַן גרייט צו די װײַטערדיקע שלאכטן.

דאָס איז איינער פון די פיל- צאָליקע עפּיזאָדן, מיט וועלכע עס איז פול געווען דאָס רומפו- לע פינפטע יאָר, דאָס יאָר פון גרויסן ערעוו, װאָס האָט גע- שטארקט און רײַף געמאכט די קויכעס צו די אָקטיאבער- שלאכטן,

כּראוודיסטן

זוסיע בעלענקי, א פּארטיי-מיטגליד פון 1916, איז שוין איצט אלט 72 יאָר. ער געדענקט גוט די פּראָטיִם פון

20

זײַן אָנטײל אין דער צוגרייטונג פון דער אָקטיאבער-רעװאָליו- ציע.

אין מאָהילעװו האָט אין 2+--1914 געפירט א ברייטע באָלשעװיסטישע ארבעט א גרופּע פארשפּרײיטער פון דער צײַטונג ,פּראוודא?. וועגן דער דאָזיקער גרופּע װערט דער- ציילט אינעם ערשטן באנד פארצייכענונגען וועגן דער גע- שיכטע פון דער קאָמוניסטי- שער פּארטיי פון װײַסרוסלאנד (ז. 175).

-- איך בין אלט געווען סא- כאקל צוועלף יאָר, ווען איך בין אָנגעקומען ארבעטן אין מאָהי- לעווער לעדעררזאװאָד, -- דערציילט ז. ה. בעלענקי. -- אין 1912 בין איך געווען איי- נער פון יענע, וועלכע האָבן פארשפּרייט צװישן די זא- װאָד-ארבעטער די ,פּראוודא". צוערשט פלעג איך פאָרלייענען פאר די ארבעטער די ארטיק- לען װעגן די שטרײַקן, די לייטארטיקלען פון װו. אילין (וו. לענין) וועגן די לענער געשעענישן. די ארבעטער פלעגן מאמעש שלינגען יעדעס װאָרט.

אין הארבסט 1912 איז אין דער דירע פון מײַן שוועסטער ריווקע מושקאָוויטש (זי האָט געוווינט אין עק שטאָט, אין ;קאָבילי ראָװו") פאָרגעקומען די ערשטע באראטונג פון די בא- פולמעכטיקטע צו פארשפּרייטן די באליבטע ארבעטער- צײַטונג -- ,פּראוודא". עס איז

באשלאָסן געװאָרן צו גרינדן אך אָרגאניזאציע ;,אומלעגאלע גרופּע פון פּראוודיסטן אין מאָ- הילעוו". מע האָט אויסגעוויילט א ביוראָ פון דרײַ מענטשן -- אװוראָם טשערניצקי, ייַסראָעל טשערנאָגלאז און איך.

די ביוראָ האָט אוױיסגעטײלט באפולמעכטיקטע אף צו פאר- שפּריײיטן די , פּראוודא" אין די וויכטיקסטע אונטערנעמונגעך פון שטאָט און אײינצײַטיק אָר- גאניזירט א געהיימע ארבע- טער-ביבליאָטעק. אונדזער בי- בליאָטעק האָט פארמאָגט הע- כער 1000 ביכער אין רוסיש און ייִדיש, צווישן זיי די ווערק פון מארקס און ענגעלס, לענינס ביכער טראָט פאָרויס, צוויי טריט צוריק", , צוויי טאקטי- קעס" און ;װאָס דארף מען טאָן?", ביכער פון לאפארגן און אווגוסט בעבעלן, ארגאָס בוך וועגן דער פּאריזשער קאָמונע און אויך קינסטלערישע ליטע- ראטור -- שאָלעם-אלייכעמס ,דער מאבל", מענדעלעס און פּערעצעס וװערק. כוץ דעם, האָבן מיר געהאט אזא יעקאר- האמציעס, װי קאָנפיסקירטע נומערן פון דער ,פּראודא", דערונטער די נומערן, װוּ עס זײַנען געװען געדרוקט די ארויסטרעטונג פונעם באָלשע- װיסטישן דומע-דעפּוטאט פּע- טראָווסקי אין צוזאמענהאנג מיט די מאסן-קאטאסטראָפעס אף די אײזנבאנען און דאָס לייטארטיקל , פאראָסטעט גע- ווער" -- וועגן דעם בייליס- פּראָצעס. ‏ די קאָנפיסקירטע פּראוודא"-נומערן פלעגן מיר באקומען באם פּעטערבורגער סטודענט זאלמענסאָן --- אונד- זערן א לאנדסמאן. ער פלעגט זיי ערגעץ קריגן און ארויסשיקן דורך פּאָטשט אפן אדרעס פון מענטשן, וועלכע האָבן קיין שום כשאד ניט ארויסגערופן בא דער פּאָליצײי. דורך די פּויע- רים, וועלכע פלעגן קומען אין שטאָט אף פארדינסטן אָדער ברענגען צו פירן האָלץ צו פארקויפן, פלעגן מיר פאר-

שפּרײטן די ;פּראװודא" אין דאָרף. די , פּראוודא* האָט מיט אונדזער הילף געפונען א וועג אויך צו די סאָלדאטן פונעם מאָהילעווער גארניזאָן.

אדאנק דער ענערגישער טע- טיקײַט פון דער גרופּע פּראוו- דיסטן האָבן די ליקווידאטאָ- רישע צײַטונג ,לוטש" און די בונדישע צײַטונג ;די צײַט" געהאט א קנאפּע ווירקונג אף די מאָהילעװער ארבעטער.

די ליכטיקע שײַן פון

דעם עמעס דער באקאנטער װײַסרוטי- שער שרײַבער איליא דא-

נילאָװיטש גורסקי איז א געוועזענער ארבעטער פון פּעטראָגראדער אָבוכאָװוער זא- װאָד, א מיטגליד פון פארטיי פון 1919. ער האָט זיך געטיילט מיט זײַנע זיכרוינעס וועגן לע- נינס ארויסטרעטונג אין אָבו- כאָװער שטאָלגיסערײיַ אין 1917.

-- עס איז גוט באקאנט די אָבוכאָװוער שוץ: אין 1901 האָבן דאָ די ארבעטער באגעגנט די צארישע פאָליציי מיט א האָגל שטיינער. 800 ארבעטער זײי- נען דערפאר ארויסגעשיקט גע- װאָרן פון פּעטראָגראד און 9 -- אף קאטאָרגע. ערעוו די אָקטיאבער-טעג האָבן צויי

טויזנט ארבעטער פון דעם דאָ- זיקן זאװאָד זיך פארשריבן אין דער רויטער גווארדיע.

אן אומפארגעסלעכן אײַנדרוק האָט אף אונדז איבערגעלאָזט לענינפ ארויסטרעטונג אף א מיטינג אין אָבוכאָװוער זאװאָד אין דער צווייטער העלפט מײַ 7. דאָס איז פאָרגעקומען אין איינעם פון די גרעסטע צעכן, װוּהין עס זײַנען זיך צונויפ- געקומען טויזנטער מענטשף אפן מיטינג זײַנען בײַגעװען אויך ארבעטער פון אנדערע אונטערנעמונגען פון דער ניע- ווער זאסטאווע.

איינער פון די אפן מיטינג ארױסגעטראָטן דער עסער יאקאָוולעוו. דער אוילעם האָט אים ניט געהערט.

אומגעריכט, װי א כוואליע, איז איבער דעם האמוין אדורך א גערויש:

-- לעניף!

אלעמענס בליקן האָבן זיך א קער געטאָן צו די גרויסע זא- װאָד-טױערן, פונוואנען עס איז מיט שנעלע טריט געגאנגען א מענטש פון מיטעלן װוּקס אין א שווארצן מאנטל און אין א גרינלעך היטל. דאָס איז געווען וולאדימיר איליטש. אים האָט ארומגערינגלט א גרופּע אָבוכאָ- ווער ארבעטער-באָלשעוויקעס.

לענין איז ארוף אף דער טרי- בונע, צעשפּיליעט דעם מאנטל, אראָפּגענומען דאָס היטל.

-- זע קאָרשט, ער פילט זיך דאָ מײַסע-באלעבאָס, -- האָט א בורטשע געטאָן איינער פון די מענשעוויקעס.

-- אוואדע א באלעבאָס! -- האָט אים אָפּגעענטפערט אן עלטערער ארבעטער. -- א בא- לעבאָס, װאָס זאָרגט זיך פאר דער צוקונפט פון רוסלאנד.

וולאדימיר איליטש האָט עט- װאָס פארזשמורעט די אויגן אויסגעשטרעקט די לקע האנט, אָנגעשפּארט זיך מיט דער רעכטער אין דער פּאָ- רענטשע און גענומען רידן מיט פּאָשעטע פארשטענדלעכע ווערטער. ער האָט דערקלערט

ערשטע איז

די אייגנארטיקײַט פון דער פּאָליטישער לאגע אין רוסלאנד און די נאָענטסטע אופגאבן פו- נעם רעװאָליוציַאָנערן פּראָלע- טאריאט אין קאמף קעגן דער בורזשואזיע.

א מענשעוויק האָט גענומען קלאפּן מיט א פוס איבער א קו- פּע אײַזערנע פּרענטעס. דאָס איז געווען א סיגנאל -- עס האָט זיך דערהערט א טומל אויך אין אנדערע ערטער.

-- נידער, -- האָט א כריפּע געטאָן א הייזעריקע שטים.

-- שטערט ניט! --- האָבן פון אלע זײַטן זיך געטראָגן גע- שרייען.

-- דו זאָג בעסער, וי דו ביסט געפאָרן אין א פארפּלאָמ- בירטן וואגאָן! -- האָט היסטע- ריש געקוויטשעט דער מענשע- װיק און געקלאפּט מיט די אײַזן-פּרענטעס.

-- װאָס טראכסטו אויס? -- האָבן מיט צאָרן אים געענט- פערט אנדערע שטימען.

וולאדימיר איליטש האָט מיט א שמייכל געווארט, ביז עס איז שטילער געװאָרן. ווען ער האָט גענומען ריידן וועגן דער נױיטװענדיקײַיט צו קאָנפיסקירן די פּריצישע ערד, האָבן די

מענשעוויקעס וידער אָנגע- הויבן טומלען. אין צעך איז ארײיַנגעפאָרן א לאָקאָמאָטיו

און גענומען פייפן, שטערנדיק לענינען צו ריידן. צום לאָקאָ- מאָטיוו האָט מיט אימפּעט זיך א לאָז געטאָן א גרופּע ארבע- טער און געצװוּנגען דעם מעג- שעוויק, װאָס איז געזעסן אלס

מאשיניסט, ער זאָל אופהערן פייפן. לענין האָט גערעדט ועגן

דער מילכאָמע, גערופן די אר- בעטער צו קעמפן קעגן איר. די מילכאָמע, װאָס עס פירט די

צײַטװײַליקע רעגירונג, -- האָט געזאָגט איליטש, -- איז א פארברעכערישע. מע דארף

מאכן צו איר א סאָף.

אין די לעגענדארע טעג פון דער גרויסער סאָציאליסטישער אָקטיאבער-רעװאָליוציע זײַנען

21

טי טי :5751 :1 2 ש ש

יי יי

די ארבעטער פונעם פּעטראָ- גראדער אָבוכאָווער זאװאָד גע- ווען א זיכערער אָנשפּאר פון די באָלשעװיקעס. די אָבוכאָ- ווער האָבן זיך איבערצײיגט, אז די באָלשעװיקעס זאָגן דעם עמעס, ווען זיי דעמאסקירן די פארעטערישע פּאָליטיק פון די מענשעוויקעס און עסערן. און דער עמעס, זאָגט דאָס פאָלק, שטראלט מיט א ליכטיקער שײַן.

מיט לענינס מאנדאט

אװראָם בײלינען װאָס איז זעכציק יאָר א מיטגליד פון דער קאָמוניסטישער פּאר- טיי, רופן זײַנע פריינט און בא- קאנטע ,דער סאָלדאט פון דער רעװאָליוציע". ער איז שוין א בען-שמוינים. ריידן רעדט ער געלאסן, װועגט און מעסט יע- דעס װאָרט, נאָר אז איר הערט זיך צו, פילט איר, װי פון אים שלאָגט מאמעש דער הייסער אָטעם פון די ברויזנדיקע רע- װאָליוציע-יאָרן.

ביילין דערציילט װעגן א וויכטיקן עפּיזאָד פונעם קאמף קעגן די סאָנים פון דער סאָ- וועטנמאכט אין די ערשטע טעג נאָכן זיג פונעם גרויסן אָקטיא- בער. געשען איז עס אין נעוועל.

-- אין 1916, --- הייבט ביי- לין אָן זײַן ארויסטרעטונג, -- בין איך, א זעלנער פון דער צארישער ארמיי, פארװוּנדעט געװאָרן אפן פראָנט. ווען איך בין ארויס פון שפּיטאָל, האָט מען מיך אריבערגעפירט אין 9סטן שיסער-פּאָלק, װאָס איז אײַנגעשטאנען אין נעוועל. אין זעלבן יאָר האָבן מיר אָרגאני- זירט אין דער שטאָט א באָל- שעוויסטישע אָרגאניזאציע, װאָס איז די ערשטע צײַט בא- שטאנען דורכויס פון מיליטער- לײַט און האָט געהייסן -- מיליטעריש - באָלשעװיסטישער קאָמיטעט. איך בין אויסגע- וויילט געװאָרן אלס זײַן פאָר- זיצער. נאָך דער פעווראל-רע-

22

װאָליוציע פון 1917 האָבן מיר שוין אין לעגאלע באדינגונגען פאנאנדערגעוויקלט א רעואָ- ליוציאָנערע ארבעט אין נעוועל און אין דער אומגעגנט, באזוג- דערס אין די ראיאָנען, װוּ עס זיינען געשטאנען מיליטער- טיילן.

/ ו

אלס פאָרזיצער פונעם מילי- טעריש-באָלשעװויסטישן קאָמי- טעט בין איך אָפּט געפאָרן קיין פּעטראָגראד, װוּ אין צק פלעגן די כאוויירים סװערדלאָוו, ראָ- שאל:, קאָלאָנטײַ איבערגעבן מיט מיר די געהעריקש אָנוויי- זונגען. נעוועל איז געווען א גרויסער אײַזנבאן-קנופּ אף דעם וועג קיין פּעטראָגראד. די קאָנטררעװאָליוציע האָט זיך געסטארעט צו פארכאפּן אָט דעם וועג. אונדז איז ניט לײַכט אָנגעקומען צו האלטן אים אונ- טער אונדזער קאָנטראָל. אין אווגוסט 1917 האָבן די טיילן פון קאָרנילאָװוס ,ווילדער די-

1ראָטאל סעמיאָן גרי גאַריעװיטש -- אײנער פון די אָנפירער פון די רעװאָליוציאָנערע מאטראָסן פון באלטישן פּלאָט. אין 7 איז ער אויסגעװיילט געװאָרן אלס פאָרזיצער פון קראָנשטאדטער קאָמיטעט פון די באָלשעװיקעס. אין נאָיאבער 1917 איז ס. ראָשאל בא- שטימט געװאָרן אלס קאַָמיסאר פונעם רומענישן פראָנט, װוּ ער איז דער- הארגעט געװאָרן דורך װײַסגװאר- דייער.

וויזיע" געפּרוּװוט זיך דורכ- רײַסן דורך נעװועל קיין פּעט- ראָגראד, נאָר מיר האָבן זײ פארהאלטן. די העכערע אָפי- צערן האָבן מיר ארעסטירט, די מיליטער-טיילן אנטװאָפּנט און אָפּגעשיקט קיין האָראָדאָק הינטער וויטעבסק).

באלד נאָך דער אָקטיאבער- רעװאָליוציע, דעם 10 נאֵיא- בער, האָבן מיר געשאפן אין נעוועל א קריגס-רעװאָליוציאָ- נערן קאָמיטעט. אין צוויי טעג ארום, דעם 12 נאָיאבער, האָבן מיר באקומען פון קרילענקאָן (דעמלט דער הויפּט-קאָמאנדיר פון די באװאָפנטע קרעפטן) א טעלעגראמע, אז דער 17-טער קאָרפוס, וועלכן קערענסקי האָט אראָפּגענומען פונעם רומענישן פראָנט און געשיקט צו הילף דער איצט שוין געװועזענער צײַטװײַליקער רעגירונג, גרײַפט אָן אף פּעטראָגראד. קרילענקאָ האָט באפוילן, מיר זאָלן אָנעמען אלע מיטלען אף צו פארהאלטן דעם קאָרפוס.

צװישן די מיטגלידער פון אונדזער קאָמיטעט זײַנען גע-

ווען דריי אלטע מיליטער- לײַט -- שטאבס-קאפּיטאן פיאָ- דאָראָוו, פּאָרוטשיק רומאנאָוו

און פּאָרוטשיק טאָמאך. פון זי האָבן מיר זיך דערװוּסט, אז דער 17-טער קאָרפּוס האָט אין רומעניע קיין אָנטײל אין די שלאכטן ניט גענומען, ער פאר- מאָגט 60 טויזנט סאָלדאטן א סאך ארטילעריע און קאוואלע- ריע. אוב ער זאָל זיך ארײַנ"י רײַסן אין פּעטראָגראד, קאָן ער מיט זיך פאָרשטעלן אן ערנסטע סאקאָנע פאר דער רעװאָליוציע.

מיר האָבן טייקעף זיך פאר- בונדן דורכן דירעקטן דראָט מיט וויטעבסק, מיטן גובקאָם פון דער פּארטיי. דער וויטעבס- קער רעווקאָם (פאָרזיצער קרי- לאָוו) האָט דערהאלטן פון קרי- לענקאָן אן ענלעכע טעלעגרא- מע. לויטן באשלוס פון גובקאָם דארפן קרילאָוו, איך און דער מאטראָס יאקאָװולעוו טייקעף ארויספאָרן קיין פּעטראָגראד

און זיך דערשלאָגן אן אופנעם בא לענינען.

אין געוויינלעכע באדינגונגען געדויערט דער וועג פון נעוועל ביז פּעטראָגראד אכט שאָ, מיר זיַנען געפאָרן אָנדערהאלבן מעסלעס. אין וועליקיע לוקי האָט מען זיך צוגעטשעפּעט צו קרילאָוון, אז זײַן פּאָנעם איז צו רויט, ער איז מיסטאמע קראנק אף טיפוס. קיין שום דערווידערונגען האָבן ניט גע- האָלפן, מע האָט אים אראָפּגע- זעצט פון באן. זײַנען מיר גע- בליבן זאלבעצווייט. קיין פּעט- ראָגראד זײַנען מיר געקומען אינדערפרי. אף יעדן שריט און טריט האָט מען אונדז אָפּגע- שטעלט און קאָנטראָלירט די דאָקומענטן. דערקליבן זיך צו סמאָלני, האָבן מיר באויזן קרילענקאָס טעלעגראמע. צו אונדז איז ארויס דער כאווער ראָשאל און אריינגעפירט אונדז צו קרילענקאָן.

-- מיר נײטיקן זיך אין אײַער הילף, --- האָבן מיר אים געזאָגט.

-- דאָס איז איצט אומע-

גלעך, -- האָט ער געענטפערט.

-- װאָס הײסט, אומע- גלעך? -- האָב איך זיך אָנגע- רופן. --- אף אונדז גייט דאָך אן ארמיי פון 60 טויזנט סאָלדאטן.

-- פון 64 טויזנט, -- האָט מיך פאריכט קרילענקאָ. --- די אווילדע דיוויזיע" האָט איר פארהאלטן? וועט איִר אויך דעם 7'"טן קאָרפּוס אָפּשטעלן.

-- מיר ווילן שמועסן וועגן דעם מיט לענינען.

ווען מיר זײַנען ארײַן אין לענינס קאבינעט, איז וולאדי- מיר איליטש געזעסן אף א שטול און געהאלטן אף די קני א ביכל. אפן ביכל איז געלעגן א בויגן פּאפּיר, אף וועלכן ער האָט געשריבן. באם פענצטער איז געשטאנען סװערדלאָוו און געלייענט עפּעס א קסאויאד. ניט װײַט פון אים האָבן שטיל געשמועסט צװישן זיך דזער- זשיגסקי און קאָלאָנטײַ. פארענ-

דיקט שרײיַבן, איז לענין אופ- געשטאנען, איבערגעגעבן דאָס פארשריבענע פּאפּיר סװוערד- לאָוון און געזאָגט:

-- גיט א קוק, אויב קיין אויסבעסערונגען זײַנען ניט נייטיק, שיקט עס אָפּ.

לענין האָט זיך באגריסט מיט אונדז און געבעטן זיצן.

-- פונוואנען זײַט איר גע- קומען? -- האָט ער געפרעגט.

-- פון נעװועל. מיר האָבן דערהאלטן א טעלעגראמע פון

קרילענקאָן. -- און א טעלעגראמע מיט מײַן אונטערשריפט?! -- האָט

געפרעגט לענין.

--- ניין, ניט דערהאלטן, -- ענטפערן מיר.

ער ווענדט זיך צו קאָלאָנטײ:

-- ווען האָבן מיר געשיקט די טעלעגראמע?

--- װײַזט אויס, נעכטן אין אָװונט, --- האָט זי געענטפערט.

-- נו, איך הער אײַך, כא- וויירים.

--- מיר ווילן, כאווער לענין, איר זאָלט פאראָרדענען, מע זאָל אונדז געבן הילף. מיר זײַנען ניט זיכער, אז מיר װעלן קאָנען אָפּשטעלן אזא גרויסן מילי- טער-טייל, װי דער 17:טער קאָרפּוס. מיר האָבן אייגענע קויכעס: אן אטאָמאָביל-ראָטע, דרײַ הארמאטן, א היפּשע פּאר- טיי-אָרגאניזאציע, א סאך מיט- פילנדיקע סאָלדאטן און אר- בעטנדיקע, נאָר דאָס איז קנאפ...

-- טוט א טראכט, װאָס מיר קאָנען פאר זיי טאָן, -- האָט לענין זיך געווענדט צו קרילענ- קאָן.

אינמיטן דעם שמועס האָט וולאדימיר איליטש א פרעג גע- געבן בא קאָלאָנטײַ: ,די כאוויי- רים האָבן שוין געגעסן??" איך: ;מיר זײַנען זאט" (כאָטש אינ- דערעמעסן האָבן מיר פון אינ- דערפרי אָן נאָך אין מויל ניט געהאט). לענין צו קאָלאָנטײ: ;אין סטאָלאָװע מוז נאָך עפּעס זײַן. גיט א קוק". איך: ;באומ- רויַקט זיך ניט, כאווער לענין.

מיר זײײַנען געקומען בלויז בעטן

הילף"... -- איך בין איצט זײער שטארק פארנומען,. -- האָט

לענין זיך פאר אונדז װי פאר- ענטפערט און ווידער געזאָגט צו קרילענקאָן:

-- מע דארף זיי העלפן.

דאָס זעלבע האָט ער געזאָגט סװװערדלאָוון, דערנאָך אויסגע- קערעװעט דאָס פּאָנעם צו אונדז:

--- איר װועט זײַן אזוי גוט און וועגן אלץ ענדגילטיק דע- ריידן זיך מיט סװערדלאָוון און קרילענקאָן. אלץ, װאָס מעגלעך, וועלן זי טאָן.

דערנאָך געזאָגט צו לאָנטײ:

-- מע דארף געבן די כאוויי- רים א ביסל ליטעראטור און אומבאדינגט צופירן זיי אף א מאשין צום װאָקזאל. זיי האָבן קיין צײַט ניט,

מיר האָבן זיך געזעגנט מיט לענינען און פארלאָזט זײַן קא-

קאָר

בינעט. פארן אָפּפאָרן האָט מען אונדז אָנגעקאָרמעט, צוויי מאטראָסן

האָבן געהאָלפן פּאקן די ליטע- ראטור. סװערדלאָוו און קרי- לענקאָ האָבן אונדז פארזיכערט, אז עס װועט געטאָן ווערן אלץ, װאָס עס איז נאָר מעגלעך.

אין צוויי טעג ארום זײַנען קיין נעוועל אראָפּגעקומען מיט אן עשעלאָן מאטראָסן ראָשאל און דיבענקאָ. דער 17:-טער קאָרפּוס איז דורך נעװעל ניט דורכגעגאנגען. מיר האָבן דער- נאָך באקומען פונעם קריגס- רעװאָליציאָנערן קאָמיטעט פון סמאָלני א דאנק-טעלעגראמע, געכאסמעט פון לענינען..

מיט שמייכלענדיקע אויגן קוקט אף די פארזאמלטע אוו- ראָם ביילין;

-- איר ווילט אוואדע וויסן פּראָטים פון דער אָפּעראציע. ביטע, איך על דערציילן, די- בענקאָ און ראָשאל האָבן אונדז געזאָגט: , מיר זײַנען געקומען צו אײַך מיט די סאמע אויסגע- פּרוּווטע מאטראָסן. איז לאָמיר

23

שי טיש ר

2 6

2:

בעסער מאכן א פּרוּוו צו פאר- כאפּן דעם קאָרפּוס-קאָמאנדיר פאָן שילינג מיט זײַן שטאב...*

דעם פאָרשלאָג האָבן מיר גערן אָנגענומען. דעם 16 נאָיא- בער באנאכט האָבן מיר אף דער סטאנציע , טיאָמני ליעס", שוין גופע אין נעװעל, ארומ- גערינגלט דעם שטאב-ואגאָן פונעם קאָרפּוס און ארעסטירט פאָן שילינגן, זײַן טאָכטער און דעם גאנצן שטאב. דער קאָר- פּוס-שטאב האָט געהאט פיר דערהארגעטע (די ינקערס האָבן געשטעלט א וידער- שטאנד), מיַר --- צוויי שווער- פארוווּנדעטע. לעסאָף האָבן מיר דעם גאנצן 17-טן קאָרפּוס אָפ- געשיקט קיין קאלוגע און רע- אָרגאניזירט אים.

-- אָט אזא איז געווען מײַן באגעגעניש מיט לענינע -- האָט פארענדיקט זײַן דערציי- לונג דער ערשטער פאָרזיצער פון נעוועלער רעווקאָם, וועטע- ראן פון דרײַ רעװאָליוציעס אווראָם ביילין. א געוועזענער סטאָליער פונעם װײַסרוסישן שטעטעלע מסטיסלאוול, האָט ביילין געהאט דאָס גליק צו קעמפן לויט לענינס מאנדאט.

א מאטאָנע איליטשן

דער פּארטיי-מיטגליד פון 1 שמועל כאװקין האָט אין אָנהייב פון זײַן ארויס- טרעטונג פאָרגעלייענט פאָלגנ- דיקן בריוו לענינס:

;צו די ארבעטער פון דער סטאַדאָלסקער געוואנט-פאבריק אין קלינצי.

טײַערע כאוויירים!

א הארציקן דאנק אײַך פאר דער באגריסונג און פאר דער מאטאַנע. איך װעל אײַך זאָגן בעסאָד, אז קיין מאטאַנעס דארף מען ניט שיקן. איך בעט אײַך זייער וועגן אָט דער געהיימער באקאָשע גענױער דערצילן אלע ארבעטער. בעסטע דאנ- קען, גרוסן און וווּנטשן.

אײַער װ. אוליאנאָװ (לענין. 8 נאָיאבער 1922*.

24

אָט דער בריוו לענינס איז ברייט באקאנט, ער געפינט זיך אלס עקספּאָנאט אין צענטראלן לענין-מוזיי אין מאָסקװע. ניט אלע ווייסן אָבער, בא וועלכע אומשטענדן וולאדימיר איליטש האָט אים געשריבן.

2. די פּארטיי האָט קאָנ- צענטרירט די הויפּט-אופמערק- זאמקײַט אף די פראגן פון ווירטשאפטלעכער בױוּנג. מע האָט געמוזט ליקווידירן דעם כורבן, לאָזן אין גאנג די פאב- ריקן און זאװאָדן. צום פינפטן יאָרטאָג פון דער אָקטיאבער- רעװאָליוציע איז אין קלינצי אופגעשטעלט געװאָרן א גרוי- סע אונטערנעמונג -- די סטאָ- דאָלסקער געוואנט-פאבריק. די שטימונג בא די ארבעטער איז געווען א געהויבענע -- מע האָט געזען, אז דאָס לעבן גייט צו- ביסלעכװײַז ארײַין אין די קאָ- לייען, אז די פּארטיי מיט לעני- נען בעראָש פירט א ריכטיקע עקאָנאָמישע פּאָליטיק. דער וווילשטאנד פון די ארבעטנדי- קע פארבעסערט זיך.

אף א קאָנפערענץ פון די טעקסטיל-ארבעטער לעקאָוועד דער אופשטעלונג פון דער פאבריק איז באשלאָסן געװאָרן אָנצורופן די פאבריק אף לע- נינס נאָמען און פונעם ערשטן אויסגעוועבטן שטאָף אופנייען פאר איליטשן אן אָנצוג אלס מאטאָנע.

מיר האָבן גוט געװוּסט לע- נינס באשײידנקײַט, דאָך האָבן מיר, די טוער פונעם פּארטיי- קאָמיטעט, אונטערגעהאלטן דעם פאָרשלאָג פון די ארבע- טער. אונדז האָט זיך זייער גע- װאָלט דערפרייען לענינען מיט די ערשטע דערפאָלגן.

ניט לאנג געטראכט, האָבן מיר אף דער קאָנפערענץ אויס- געוויילט א דעלעגאציע פון צוויי ‏ עלטערע אומפּארטײיַשע כאוויירים -- טשיסטיקאָוו און קוזנעצאָוו --- און געשיקט מיט זי צו לענינען די מאטאָנע צו- זאמען מיט א בריו. אינעם

בריוו האָבן די ארבעטער גע" שריבן:

גאונדזער טײַערער איליטעף צום פינפטן יאָרטאָג פון דער

פּראָלעטארישער רעװאָליוציע האַָבן מיר, די ארבעטער פון סטאָדאָלסקער געוואנט-פאב-

ריק, באשלאָסן אַנצורופן אונד- זער פאבריק אף דײַן נאָמען אין צוזאמענהאנג מיט דעס שיקן מיר דיר אף יאָמטעוו אונדזער הארציקע באגריסונג און א באשיידענע מאטאָנע -- אן אַנצוג.

מיר װעלן זײַן גליקלען, אױב דו, אונדזער לערער אן פירער, וועסט אַנטאַן דעם אָנ- צוג, וועלכן מיר האָבן אויס- געוועבט און אופגענייט מיט אונדזערע אייגענע הענט. טראָג אים, איליטש, געזונטערהייט און ווייס, אז מיר זײַנען שטענ- דיק מיט דיר!

קלינצי, 3 נאָיאבער 21922.

די צײַט איז דעמלט געװען א שווערע, לענין האָט קין מעגלעכקײַט ניט געהאט אופ- צונעמען אונדזערע דעלעגאטן. ער האָט אָבער געבעטן, זי זאָלן איבערגעבן אונדז זײַן בריוו.

די ארבעטער פון קלינצי האָבן גוט פארשטאנען, אז די בעסטע

1 ,! ערה הנה {

מאטאָנע לענינען װעט זײַן גע- טרײַע מי און דערפאָלגן אין דער אופשטעלונג פון דער ווירטשאפט.

-- נאָך וועגן איין קליינעם עפּיזאָד מוז איך דערציילן, -- זעצט פאָר שמועל כאווקין.

-- זומער 1938 איז מיר אויסגעקומען צו זײײַן אין גאָר- קי-לענינסקיע, הינטער מאָסק- ווע. אלס א מיטגליד פון דער קאָמיסיע פון פארטיי-קאָנטראָל כאם צענטראל-קאָמיטעט פון אלקפּ(ב) האָב איך, צוזאמען מיטן טוער פון צק כאווער וי- נאָגראדאָוו, געהאט אן אופּטראָג צו באקאנען זיך מיטן צושטאנד פונעם הויז, אין וועלכן עס האָט געלעבט ולאדימיר איליטש לענין.

דאָס הויז איז ארומגע מיט א פּארק, װוּ לענין נאָך אָנגעשטרענגטער אט אָפּרוען. מיט ציטער אין הארצן האָבן מיר געעפנט די טיר פון לענינס צימער. אלץ, װאָס מיר האָבן דאָ געזען, האָט אונדן וועגן פיל זאכן דערמאָנט: דאָס בעט, דאָס שאפקעלע, אף וועל- כער עס זײַנען געשטאנען רע- פועס, דער שרײַבטיש -- אף אים איז געלעגן אן אָפן בוך מיט איליטשס באמערקונגען און א קאלענדאר מיט דער דא- טץ 21 יאנוואר 1924 -- די טרויעריקע דאטע, ווען עס האָט אופגעהערט קלאפּן לענינס הארץ.

אין דעם הויז האָט געלעבט וולאדימיר איליטשס ברודער דמיטרי און לענינס שאָפּער גיל. דער כ' גיל האָט מיר דערציילט, אז קעדיי צו פאר- שפּאָרן האָלץ, פלעגט וולאדי- מיר איליטש פארבאָטן צו בא- הייצן וינטער דאָס גרויסע הויז. ער מיט זײַן מישפּאָכע פלעגן זיך אף ווינטער אריבער- קלײַבן אין דעם קלענערן פליגל, װאָס איז באשטאנען פון דרײַ קליינע צימערן מיט א קיכעלע...

אַנטײלנעמער פון פרײַ, ליודװװיג רעזאוזקי,

אונדזער ווילער גאסט

דער באראטטונג.

מיט גרויס פארגעניגן האָבן די פארזאמלטע אויסגעהערט די אינהאלטסרײיכע דערציילונג פון סאָפיא סערגײיעװנא שאמארדינא. זי איז א מיטגליד פון דער פּארטיי פון 9, א געבוירענע פון מינסק. יאָרנלאנג האָט זי געארבעט האנט-בא-האנט מיט די אָנגע- זעענסטע טוער פון װײַסרוס- לאנד -- מיט קנאָרינען, טשער- װויאקאָוון, אדאמאָוויטשן, כאָ- דאָשן, ביילינען.

אין די צוואנציקער יאָרן איז ס. ס. שאמארדינא געווען פּראָ- קוראָר פון דער רעפּובליק. לויט דער נאציאָנאליטעט א רוסישע, האָט זי גוט געקענט די אָרטי- קע שפּראכן און פלעגט אין די געריכט-זאלן און אף פארזאמ- לונגען ארויסטרעטן אף װײַס- רוסיש און ייִדיש. אין 1924 האָט סאָפיא סערגייעוונא בא- גריסט אין ייִדיש דעם ערשטן צוזאמענפאָר פון די ייִדישע פּױערטעס פון װײַסרוסלאנד.

-- אין די ערשטע רעװאָליו-

ציעײיאָרן,. --. דערצײלט זי, -- בין איך געװען אף פארטיי-ארבעט אין סיביר.

בייסן אומקערן זיך אין מײַן הײימשטאָט מינסק האָב איך אין וועג מיט ציטער אין הארצן געקוקט דורכן וואגאָן-פענצטער

פון רעכטס אף לינקס: סאַניע זאװאָדניק.

סאָניע

אף די גרינע פעלדער, פארביי-

לויפנדיקע סאָסנעס און יאָד- לעס, אף די כיעסדיקע װײַסע

װײַסרוסישע בערעזעווע וועלד- לעך. אף איינער א סטאנציע, געדענק איך, האָב איך א פאר- גאפטע זיך אײַנגעקוקט אין די געזיכט-שטריכן פון א ייִדישער זקיינע. די זון האָט באשײַנט אירע פארהאָרעוועטע צעקניי- טשטע הענט, און מיר האָט זיך געדוכט, אז אָט די אלטע קלוגע פרוי איז נאָרװאָס אראָפּ פון רעמבראנדטס א צױבער.- בילד...

אין מינסק האָט מיר אָפּגע- גליקט: איך האָב אָנגעהויבן ארבעטן אין פרויעאָפּטײל. דער סעקרעטאר פון דער צענטראל-ביוראָ פון דער פּאר- טי איז דאן געווען ווילהעלם קנאָרין. דאָס איז געווען א מענטש מיט אן אײַזערנעם ווילן, געפּאָרט מיט א שטענדיק מילדן שמייכל און מיט אומגע- הייערן אָפּשײַ צו כאוויירים. ער האָט געקאָנט צו דער צײַט פארהיטן א כאװער פון א

טאָעס, נאָר אזוי, אז דעם כא- ווער פלעגט זיך דוכטן, אז ער האָט זיך זעלבסט פארהיט פון דעם טאָעס. קנאָרין האָט געװעקט אין מענטשן איניציאטיוו, גלויבן אין די

אייגענע קויכעס און מעגלעכ- קײַטן. ער איז מאמעש געווען

29

פארליבט אין דער יוגנט, האָט געשטיצט יעדן אינטערעסאנטן און נוצלעכן פארטראכט פון די קאָמיוגיסטן. איך דערמאָן זיך די פאק פּראָצעסיע אינעם באנאכטיקן מינסק ערעוו דעם ערשטן מײַ. אין די קאָלאָנעס יוגנטלעכע האָבן מארשירט די פאָרשטייער פון דער עלטערער גווארדיע וילהעלם קננאָרין, אדאם סלאווינסקי, יאנקל לע- ווין, יאָזעף אדאמאָוויטש.

וו. קנאָרין האָט ליב געהאט

א קלוגן שפּאס, ער פלעגט אים פארשטיין און גוטמוטיק אופנע- מען אפילע אין דעם פאל, ווען דער שפּאס אין געװען גע- ווענדט קעגן אים גופע. מיט גרויס ליבע האָט צו קנאָרינען זיך באצויגן יאָזעף אדאמאָ- וויטש -- א יונגער קאָמוניסט, אן ארבעטער, װאָס איז אין 4 ארויסגערוקט געװאָרן אפן הויכן פּאָסטן פון פאָרזיצער פון דעם ראט פון די פאָלקס- קאָמיסארן פון װײַסרוסלאנד.

סאָפיא ‏ שאמארדינא גייט אריבער צו אירע זיכרוינעס וועגן מענטשן, ועלכע האָבן געקעמפט פאר דער סאָוועטנ- מאכט מיט דער הילף פון קונסט און ליטעראטור.

-- צום אלעמערשטן ויל איך דערמאָנען ולאדימיר מאיאקאָווסקין. איך האָב זיך מיט אים באפרײַנדעט אין 3, ווען איך בין נאָך געווען א יונג מיידל. וועגן מאיאקאָוו- סקיס באדייטונג פאר דער סאָ- וועטישער ליטעראטור און אויך פאר דער װעלטיליטעראטור דארף איך ניט ריידן -- אלע ווייסן דאָס זייער גוט און קיין נײַס װעל איך ניט צוגעבן. איך ויל אָבער זאָגן א פּאָר ווער- טער וועגן זײַנע שיינע מענט- שלעכע שטריכן. איך דערמאָן זיך אזא פאל. אף זײַנעם אן אָװנט אינעם קארל מארקס- קלוב אין מינסק האָט אים א באָכערל באוויזן א העפטל לי- דער. די לידער זײַנען גע- ווען שוואכע, אומבאהאָלפענע. מאיאקאָווסקי האָט געזאָגט דעם

26

באָכערל, אז עס װאָלט עפשער געווען בעסער, ווען ער פאר- נעמט זיך מיט עפּעס אנדערס. איך האָב אופמערקזאם געמאכט מאיאקאָווסקין, אז ער איז צו הארב צו א יונגן ארבעטער- דיכטער. מאיאקאָווסקי האָט אף מיר א קוק געטאָן מיט א כא- ראָטע-בליק און געענטפערט: ;איך האָב געמיינט, אז דאָס איז א פּיזשאָן"... ער האָט זיך גע- לאָזט אָניאָגן דאָס באָכערל מיטן העפט, נאָר שוין ניט געפונען אים,

עס איז קעדײַ צו באמערקן, אז אָט דער טריבון פון דער רעװאָליוציע איז ניט געוען קיין מיטגליד פון דער פארטיי, נאָר װער האָט אים ניט גע- האלטן פאר א קאָמוניסט? ער האָט מיר דערצילט, אז אנומלטן האָט מען אים צוליב עפּעס אן איניען ארויסגערופן אין צקק. און דאָרט האָט מען זיך געװוּנדערט, ווען מע האָט זיך דערװוּסט, אז ער איז ניט קיין פארטיי-מיטגליד.

דער צוייטער פּאָעט, מיט וועלכן איך בין געװוען בא- קאנט, -- איז פּערעץ מארקיש. סארא גרויסער דיכטער און מענטש דאָס איז געװועף איר געדענקט דאָך זײַן עפּאָפּי ;ברידער". איך קען פיל אויס- צוגן אירע אף אויסװייניק. אין מײַן זיקאָרן האָבן זיך פאר-

קריצט מארקישעס לידער וועגן זײַן קינדהײַט, וועגן דער אל- טער היים, וועגן זײַן מוטער. װי מערקווירדיק עס האָט זיך אין פערעץ מארקישעס שאפן צו- נויפגעגאָסן דאָס נאציאָנאלע מיטן פּאטאָס פונעם פּראָלעטא- רישן אינטערנאציאָנאליזם. די דערינערונגען וועגן מײַנע בא- געגענישן מיט אָט דעם ייִדישן פּאָעט זײַנען בא מיר א טײַע- רער אויצער. מיט פּיִעטעט בא- צי איך זיך צו זײַנע ביכער, וועלכע ער האָט מיר געשענקט.

מיט- דער זעצערשווער? סטאטקע אין האנט

עס טיילט זיך מיט זײַנע זיב- רוינעס דער אלטער אונטערער- דישער טוער, איינער פון די אקטיווע אָנטיילנעמער פונעם אָקטיאבער-אופשטאנד אין װײַסרוסלאנד לײב סט ראָנ- גין. א הויכקואליפיצירטער פּאָליגראפיסט, איז ער נאָך דער דײַטשישער אָקופּאציע אין 8 באשטימט געװאָרן אלס קאָמיסאר פונעם דרוק-וועזן אין מינסק און אין דער אומגעגנט, אין 1922 -- אלס אָנפירער פו- נעם דרוק- און פארלאג-וועזן אין װײַסרוסלאנד. אין די שפּע- טערדיקע יאָרן האָט ל. סטראָנ- גין אָנגעפירט מיט דער ייִדי-

לײב סטראַנגין אין דער אונטערערדישער דרוקערײַ אין 1918.

שער פארלאגיארבעט. אין מאָסקװע.

-- סאכאקל הונדערט טעג זיינען אוועק נאָכן זיג פון דער אָקטיאבער-רעװאָליוציע. מינסק האָט געיובלט, אין די גאסן האָט זיך נאָך געפילט דער גרויסער יאָמטעװו. פּלוצעם האָט אף װײַסרוסלאנד זיך אָנגערוקט א פינצטערע כמארע. דעם 12 יאנוואר 1918 האָט דער ווייס- פוילישער גענעראל דאָװבאָר- מוסניצקי טעלעגראפירט דעם הויפּט-קאָמאנדיר פונעם סאָ- װעטישן מײַרעװ-פראָנט, אז זײַן קאָרפּוס געפינט זיך פון איצט אָן אין מילכאָמע-צו- שטאנד מיט רוסלאנד. אין א כוידעש ארום האָבן די גענע- ראלן פונעם קײַזער-דײַטש- לאנד דערקלערט פאר פאר- ענדיקט דעם װאָפנשטילשטאנד, און דעם 16 פעווראל זיינען זי אריבער אין אָנגריף אפן גאנצן מײַרעװ-פראָנט. אין צוויי טעג ארום, דעם 18 פעווראל, האָט אין מינסק זיך אָנגעהויבן די עוואקואציע פון די סאָוועטישע און פּארטיייישע אנשטאלטן, און שוין דעם 22 פעווראל האָבן אין שטאָט ארײַנמארשירט די דײַטשישע מיליטער-טיילן.

אָנהײב מארט איז צו מיר געקומען איוואן טשעקאלינסקי, מיט וועמען איך האָב געארבעט אין פאריין פון די דרוקער און פאָטאָגראפן. ער האָט מיר דער- ציילט, אז אין שטאָט אין גע- שאפן געװאָרן אן אונטערערדי- שער קאָמיטעט, און האָט מיר געגעבן אן אדרעס.

אף מאָרגן, ווען איך בין גע- קומען לויטן אדרעס, האָב איך דערזען, אז איך געפין זיך טא- קע אין טשעקאלינסקיס דירע. אין הויף, הינטערן שטעלכל, זײַנען געזעסן אף דער פּריזבע די מיר גוט באקאנטע פּארטיי- טוער ב. רײַצעס, ש. כאָדאָש, א. קריניצקי (באמפּי), פון זי טאקע איז באשטאנען דער אונ- טערערדישער פּארטיי-קאָמי- טעט. א ביסל שפּעטער איז דער קאָמיטעט פארברייטערט גע-

ם 4 צי ניט אל ט = ן י = 0 5 א 5 / ם שי = אמק != 2 זא אלע אר בע : ט טָ ו = ט : ייט = (+ 6 יי ט ש = 8 = 5 8 : +. - עה = ש; ו 8 טס יי 5 = הו ש צ 6 : = וָּ 1 =+ 8 ז = 1 ש יי = : = = 6 8 4 = 2 / 4 948 63,516 :שי ירא שש --ט אי = יט אי 4 .=:145. װאָרן, אין אים זייַנען ארײַן

א. סלאווינסקי, יע. רוסעצקי און איך. מיר האָט מען אָנגע- טרויט די פארלאג-טעטיקײַט -- דאָס ארױיסלאָזן פלוגבלעטלעך און אופרופן, סלאווינסקין -- די אָנפירונג מיט דער ארבעט אין דאָרף.

ווען איך בין צוגעטראָטן צום אויספילן מײַן אופגאבע, האָט דער קאָמיטעט געקאָנט אויס- נוצן סאכאקל איין שאפּיראָ- גראף. מיר האָבן אף אים אָפּ- געדרוקט דאָס ערשטע פלוג- בלעטל. איך האָב גוט געװוּסט אלע מינסקער דרוקערײַען. בין איך אװעק אף באָגאדעלניע- גאס, צום אייגנטימער פון א דרוקערײַ י. בערנשטיין. דאָס איז געווען אן אָרעמער קו- סטאר, ער האָט קײנמאָל ניט גענוצט קיין געדונגענע אר- בעטסקראפט. ער אליין, זײַן פרוי דאָרע, זײַן ייַנגל מוישקע -- דאָס איז געווען דער גאנצער ;שטאט? פון זײַן דרוקערײי.

= זוק וב זדטה הזו =

841 חע הידריש/ו/וס יה .1603 +16 יע 5

66 )ׂ668

.6 גזיף(ה::61:ע *אאנ) זא1טזאצ עף

011 אוצר : / = (גאפאא אט אט מוט ָ מן {דשײט:אלנטת כטט פחפבם אפנמצן 250 =

זי זאסבטל?ט) תג גצ גע יי 5 חנ שמאהוומש זע נאהאנט קוש אע = ְּ

וְ

בעטער אין די אקוּפירטע

ריררדיריזף

יי רוס אן 4 -4::4 0047 :1ח 3067 יס זי ט

י. בערנשטיין איז געווען גע- פערלעך קראנק -- אים האָט געטראָפן א פּאראליטש. זײַן געזינד האָט זיך געפונען אין שווערער נויט. איך האָב גע- זאָגט בערנשטיינס פרוי, אז איך דארף אָפּדרוקן א פּראָגראמקע פארן קינאָדטעאטער ,גיגאנט", און האָב איר געגעבן צויי ;קערענקעס" אן אדערוף. זי איז באלד אװעקגעלאָפן אפן מארק קויפן עפּעס צום עסן און א ביסל האָלץ. פארבליבן אין שטוב אליין מיטן כוילע, האָב איך זיך ארומגעקוקט. די דירע איז באשטאנען פון צוויי צי- מערן מיט א קעלער. די פלאכע דרוק-מאשין און די ,אמערי- קאנקע* זײַנען געשטאנען אין קעלער, די קאסעס -- אין איי- נעם פון די צימערן.

אינגיכן זײַנען בא מיר שוין געווען אָפּגעדרוקט 2000 עקז. פון א פּראָקלאמאציע. איך בין ארויס אין גאס. ס'איז שוין גע- ווען פינצטער. אינעם אַפּגע-

27

2 0 0

11

2 די

== =

יי :ושע

רעדטן אָרט האָבן אף מיר גע- ווארט קריניצקי מיט דער כא- ווערטע סאָסנאָװיטש. איך האָב זי איבערגעגעבן דעם קיש מיט די פּראָקלאמאציעס.

דער קאָמיטעט האָט בא- שלאָסן צו שאפן אן אייגענע אומ- לעגאלע דרוקעריי. די פאראנט- װאָרטלעכקײַט פאר אויספילן אָט דעם באשלוס איז ארופגע- לייגט געװאָרן אף מיר. די שווערסטע פראגע -- ועגן א לאָקאל פאר דער דרוקערײַ -- איז גלײַך געלייזט געװאָרן -- קיין בעסערע דירע, איידער טשעקאלינסקיס, האָט מען גאָר ניט באדארפט. דאָס הויז שטייט אין עק שטאָט. ארום אים -- א סעדל און א גאָרטן, פארשיי- דענע ווירטשאפטלעכע ביניאָ- נים. וער װעט דאָ קאָנען עפּעס זען אָדער הערן?

ערגער איז געװען מיט שריפט. מיר האָבן באשלאָסן צו פאָרן נאָך שריפט קיין סאָוועטן- רוסלאנד. אײַנװוינער פון דער אָקופירטער טעריטאָריע האָבן יאָ געמעגט אריבערפאָרן קיין רוסלאנד, נאָר זיי האָבן גע- דארפט דערוף א דערלויבעניש פון דער דײַטשישער גרענעץ- מאכט. איך בין אװעקגעפאָרן קיין אָרשע, װוּ עס האָט זיך גע-

פייע ‏ אע

ארגאז פון די קאמזגיטסשן יי

! וְ ְּ : 1 + אט רוגן 1 עמ 129 (וחום גטאקף סמ

פונען די דעמארקאציע-ליגיע. דערשלאָגן זיך א דערלויבע- ניש, בין איך שנעל אריבער אף דער צווייטער זײַט ליניע, װוּ עס איז געווען די אזויגערופענע ,נייטראלע טעריטאָריע?. ביזן סאָוועטישן גרענעץ-פּונקט האָב איך געדארפט דורכגיין עט- לעכע קילאָמעטער.

אין סמאָלענסק האָב איך זיך געטראָפן מיטן געװעזענעם הויפּט-קאָמאנדיר פון מײַרעװו- פּראָנט, פּאָרזיצער פון צאָפן- מײַרעװדיקן געגנטקאָם פון דער פּארטיי --- א. מיאסניקאָוו און מיט די כאוויירים קנאָרין, ריינגאָלד, אליבעגאָוו. איך האָב זי דערציילט וועגן אונדזער ארבעט, וועגן די שװעריקײַטן מיט שריפט. מיאסניקאָוו האָט מיר געגעבן א בריוו אין דער רעדאקציע פון ,פראוודא". אין מאָסקװע האָט מיך שוין דער קאָמיסאר פון דער ,פּראוודא"- דרוקערײַ באזאָרגט מיט דער נייטיקער טעכניק.

ווען איך האָב זיך אומגע- קערט קיין סמאָלענסק, האָב איך מיט מיאסניקאָווס הילף באקומען פון דער אָרטיקער דרוקעריי מער וי צויי פּוד ניַעם טעקסט-שריפט. מיאסני- קאָוו האָט, כוץ דעם, געשיקט

4001 ',4061סוא 6

'/816 4חסא.8) 2 160 0:4600 א 618 7180 שזום

יי

= 166 81 11406 וחחמוח

מיט מיר שיפרירטע דירעק- טיוון פארן מינסקער אונטער- ערדישן קאָמיטעט.

איך בין װידער אריבער די

דעמארקאציע-ליניע, נאָר, פארשטייט זיך, שוין ניט לע- גאל.

אלזאָ, שריפט האָבן מיר שוין אויך. פעלן נאָך בלויז זאץ-קא- סעס. איז דאָך כאָדאָש א סטאָ- ליער. האָט ער געמאכט צווי קאסעס מיט אלע נייטיקע קונצן. דער שריפט איז פאנאנדערגע- לייגט געװאָרן איבער די קא- סעס, און די ארבעט איז אוועק אין פולן גאנג.

וועגן װאָס האָבן גערעדט אונדזערע פלוגבלעטלעך און

פּראָקלאמאציעס? זיי האָבן גע- רופן דאָס פאָלק צו געבן א וי- דערשטאנד די אָקופּאנטן, שאפן פּארטיזאנישע מאכנעס, גרייטן זיך צו א באװאָפּנטן אופשטאנד, קעדיי אופשטעלן די סאָוועטג- מאכט, געייצעט די פּויערים, זי זאָלן ניט לאָזן דעם סוינע רא- בעווען, ארויספירן טוווּע קיין דײַטשלאנד, דער- קלערט די ארבעטער און פּויע- רים, אז די פּארטיי לעבט, קעמפט און האלט הויך די פאָן פון דער אָקטיאבער-רעװאָליו- ציע.

אונדזער ליטעראטור האָט געהאט א גרויסע ווירקונג אף די מאסן. נאָך איר פלעגט מען קומען קיין מינסק פון אלע עקן װײַסרוסלאנד.

הארבסט 1918. מיר הייבן אָן ארויסגעבן אן אומלעגאלע ציי- טונג. אויסזעצן דעם טעקסט -- דאָס איז ניט אזוי שווער. אָבער דעם זאץ דארף מען דאָך דרוקן, און דער גאבאריט פון אונדזער ;באָסטאָנקע? איז געװוען צו קליין פאר א צײַטונג. נאָר אז דער בארג גייט ניט צו מאגאָ- מעטן, גײַט מאגאָמעט צום בארג, -- מיר האָבן צוגעפּאסט דעם פאָרמאט פון דער צײַטונג צו דער גרייס פון דער ראם פון דער ;באָסטאָנקע".

איצט פעלט נאָר א קעפל פאר דער צײַטונג. נאָך לאנגע

אונדזערי

אמפּערנישן האָבן מיר בא- שלאָסן זי אָנרופן ,אונטערער- דישע פּראוודא". בלײַיבט איבער איין אופגאבע -- קריגן שריפט פארן קעפּל,

איך האָב אמאָל געארבעט אין פאָרינס דרוקעריי, װאָס געפינט זיך אף פּרעאָבראזשעג- סקי-גאס. איך האָב געװוּסט, אז שאבעס איז זי פארמאכט, נאָר דאָרט דעזשורעט דער באלע- באָסטעס א קאָרעוו, מיט וועמען איך בין געווען באקאנט.

בין איך אוועק אף פּרעאָב- ראזשענסקי, אָנגעקלאפט אין טיר פון דער דרוקעריי. עס איז ארויס דער דעזשורנער. ער האָט מיך דערקענט, באגריסט זיך. איך האָב אים פאָרגעלייגט שטעלן טי און איבערבײַסן ;טיי --- דײַנע, מעזוינעס -- מײַנע. נא דיר געלט, לויף צו אין דער קאָנדיטערסקע און קויף עפּעס אף צובײַסן".

ער האָט געכאפּט די רענקע?" און אוועק.

איך האָב קעהערעף-אין גע- פונען די נייטיקע קאסע מיטן קעפּל-שריפט און אויסגעקליבן די 16 אויסיעס פאר די צויי ווערטער ,פּאָדפּאָלנאיא פראוו- דא". די אויסיעס האָב איך פארשטעקט אין די כאָליעוועס פון די שטיוול. פארן װאָרט ;פּראוודא? האָב איך אָפגע- קליבן א גרעסערן ליטער, פארן װאָרט ,פאָדפּאָלנאיא*" א ביסל א קלענערן. דערנאָך האָב איך זיך אוועקגעזעצט ווארטן אפן דעזשורנעם. ער האָט זיך אומ- געקערט א צופרידענער, מיט א היפּש פּעקל אין האנט. מיר האָבן אָפּגעטרונקען טי, גע- שמאק איבערגעביסן און צע- זעגנט זיך...

די צײַטונג איז דערשינען דאָס איז געווען א גרויסע דער- גרייכונג פונעם אונטערערדישן קאָמיטעט, אן עמעסער יאָמטעװו פאר אונדז.

אין אָנהייב נאָיאבער 1918 איז אויסגעבראָכן די רעװאָליו- ציע אין דײַטשלאנד. די אט- מאָספער אין די געגנטן פון

;קצ-

װײַסרוסלאנד און ליטע, וועלכע זײַנען געווען אָקופּירט דורך די דײַטשן, האָט זיך אינגאנצן געענדערט. סאָוועטן-רוסלאנד האָט אנולירט דעם בריסקער אָפּמאך, די רויטע ארמיי איז אוועק אין אָנגריף, און די אָקו- פּאנטן האָבן געמוזט פארלאָזן אונדזער קאנט,

...פון יענער צײַט איז שוין אוועק קימאט א האלבער יאָר- הונדערט. פון מאָל צו מאָל טרעף איך זיך אין מאָסקװע מיט אלטע כאויירים, וועלכע האָבן אָנטײלגענומען אין דער אונטערערדישער ארבעט בייס דער דײַטשישער אָקופּאציע פון װײַסרוסלאנד. און מיר וערן ניט מיד צו דערמאָנען זיך אלץ נײַע און נײַע פּראָטים, װוי מיר האָבן דעמלט -- ווער מיט דער ביקס, ער מיט דער זעצער- ווערסטאטקע און ער מיט דער פּען אין האנט -- גע- קעמפט קעגן די באגנעטן פו- נעם קײַזער-דײַטשלאנד,

די ערשטע קאָמיוגיסטן

נאָך די אלטע באָלשעװיקעס, וועלכע זײַנען בייס דער אֶק- טיאבער-רעװאָליוציע שוין גע- ווען דערפארענע רעװאָליוציאָ- נערע קעמפער, האָבן זיך גע- טיילט מיט זייערע דערינערונ- גען יענע, וועלכע זײַנען מיט קארגע פופציק יאָר צוריק גע- ווען צװישן די ערשטע מיט- גלידער פונעם קאָמוניסטישן יוגנט-פארבאנד.

ניקאָלײַ אָרעכװאָ (גע- וועזענער סעקרעטאר פון צק פונעם קאָמיוג פון װײַסרוס- לאנד, איצט א וויסנשאפט-טוער אין מינסקער אינסטיטוט פון פּארטיי-געשיכטע).

-- א געבוירענער בין איך פון װײַסרוסלאנד. נאָר מײַן ערשטע רעװאָליוציאָנערע שול האָב איך דורכגעמאכט אין דער שטאָט נאָװגאָראָד. פאר מיר, דעם 15-יאָריקן ייַנגל, האָט דאן, אין 1917--1918, געדינט

אלס בײַשפּיל דער אלטער באָלשעװיק, מיטגליד פון דער גרינדונגס-פארזאמלונג כאווער יאָנאָוו. א מענטש פון ניט קיין הויכן װוּקס, מיט לאנגע, אף הינטן פארקעמטע האָר, אין א טונקעלער הוט מיט ברייטע פאלדן, האָט ער אפילע אוי- סערלעך מיר דערמאָנט דאָס געשטאלט פון א רעװאָליוציאָ- נער, װועגן וועלכן איך פלעג לייענען אין די ביכער. איך האָב ליב געהאט צו גיין אף מיטינ- גען און הערן יאָנאָווס רעדעס. זײַן הייסע לײַדנשאפטלעכע פּאָלעמיק מיט די עסערן און מענשעװויקעס איז טיף אריינגעדרונגען אין אונדזערע יונגע הערצער און געהאָלפן אונדז באנעמען דעם טאָך פון

די רעװאָליוציאָנערע געשע- ענישן. איך געדענק, וי אנומלטן,

אין 1918, איז אינעם קלאס, ווּ איך האָב געלערנט, ארײַנגעקו- מען די לערערן פון פראנצוי- זיש. א רעאקציאָנער-געשטימ- טע, איז זי נערוועז ארומגעגאנ- גען צװישן די פּארטעס, שילטנדיק די באָלשעװיקעס דערפאר, װאָס זיי האָבן אײַנגע- פירט די נײַע קלאָלים אין דער רוסישער אָרטאָגראפיע. זי האָט פּלוצעם אויסגעשריען צו אונדז:

-- עפשער זײַנען צוישן אײַך אויך פאראן באָלשעװי- קעס? אנו, וער איז פון אײַך א באָלשעװיק, זאָל ער אופשטיין.

דער קלאס איז פארשטילט געװאָרן און געווארט. איך האָב

29

זיך אופגעשטעלט... פאר מײַנע אױגן האָט געשװעבט דאָס געשטאלט פונעם באָלשעװויק יאָנאָוו...

אינגיכן האָב איך זיך אומגע- קערט אהיים -- קיין װײַסרוס- לאנד. אין 1919 בין איך ארײַנ- געטראָטן אין קאָמיוג. אין א יאָר ארום --- אין דער קאָמוני- סטישער פּארטיי. איך האָב אָנ- געהויבן ארבעטן אין צק פון קאָמיוג.

טאָמיד זײַנען אונדזערע איי- צעגעבער געווען די אלטע באָל- שעוויקעס. מיט זייער פּרינצי- פּיִעלקײַט, פרײַנטשאפט, פֹּאָ- שעטקײַט און באשײדנקײַט האָבן זי פאר אונדז געדינט אלס מוסטער.

יעפים סאדאָװסקי (מיטגליד פונעם שרײַבער- פארבאנד פון װײַסרוסלאנד). -- ווען איך שפּאן איצט איבער די גאסן און פּראָספּעקטן פון מײַן שיין צעבליטן מינסק, זע איך פאר זיך יענע העלדישע קעמפער, װעמעס נעמען עס טראָגן אָט די גאסן. אין ברו- דער-קייווער, װאָס שטייט אין מינסקער פּארק אף גאָרקיס נאָ- מען, שלאָפן מיט אן אײיביקן שלאָף אנס דאומאן -- דער גע- וועזענער שטאב-שעף פון דער צענטער שיסער-דיוויזיע, און יויסעף פלאקס -- דער ערש- טער מינסקער קאָמיוגיסט, גע- זועזענער שעף פונעם פּאָליט- אָפּטײל פון דער 8-טער שי- סער-דיוויזיע. אנס דאומאן איז געווען א לעט. ער איז פרי גע- װאָרן א פּראָפּעסיאָנעלער רע- װואָליוציאָנער, געזעסן אין די צארישע טפיסעס, פארזוכט דעם טאם פון קאטאָרגע. די צענטע דיוויזיע, װוּ דאומאן איז געווען שטאב-שעף, האָט געהערט צו דער עלפטער ארמיי, וועלכע האָט אין 1920 באוויזן װוּנדער פון העלדישקײַט אפן מײַרעװ- פראָנט. די רויטארמייער האָבן זייער ליב געהאט דעם קאָמאנ- דיר אנס דאומאן, זײַנס א װאָרט איז פאר זי געווען א געזעץ.

0

אין אװגוסט 1920 איז די צענטע דיוויזיע נאָך שווערע שלאכטן אריין אין בריסק. דער דיוויזיע-שטאב האָט באשטימט אָפּשטעלן זיך אין דער פעס- טונג. דאומאן האָט צוזאמען מיט די שטאבקקאָמאנדירן פּלאנירט די װײַטערדיקע שלאכט-אָפּעראציעס. פלוצעם האָט א זעץ געטאָן דעם סוינעס א סנאריאד, און דאומאן איז שטערבלעך פארװונדעט גע- װאָרן.

דער העלד האָט געפונען זײַן אביקע רו אין מינסקער שטאָט-פארק.

יויסעף פלאקס איז אומגעקו- מען אין עלטער פון צוואנציק יאָר. כאָטש ער איז געווען יונג, האָט ער שוין געהאט א גרויסע רעװאָליוציַאָנערע ביאָגראפיע. ער איז געווען איינער פון די אָרגאניזאטאָרן פון קאָמיוג אין װײַסרוסלאנד. ווען דער סוינע איז אָנגעפאלן אף דער יונגער סאָװועטן-רעפּובליק, איז יויסעף פרײַװויליק ארײיַנגעטראָטן אין דער רויטער ארמיי. א פּרעכ- טיקער רעדנער, א מענטש מיט א גײַסטיק רײַכער נעשאָמע, איז יויסעף פלאקס באשטימט געװאָרן אלס שעף פון פּאָליט- אָפּטייל פון דער אכטער דיוי- זיע, וועלכע האָט אויך געהערט צו דער עלפטער ארמיי. געפאלן איז ער אין שלאכט מיט א העלדנטויט.

יויסעף פלאקס רוט אין איין ברודער-קייווער מיטן אלטן באָלשעװיק אנס דאומאן.

מיט זייערע נעמען זײַנען אָנגערופן צוויי שיינע גאסן אין דער הױיפּטשטאָט פון סאָוועטן- װײַסרוסלאנד.

יאנקל באָטװיניק קאָמיוגיסט פון 1920, מיטגליד פון דער פּארטיי פון 1922. שעף פון דער הויפּט-פארוואלטונג פאר ענערגעטיק באם מיני- סטאָרן-ראט פון װייַסרוסלאנד).

-- אין די צוואנציקער יאָרן איז אין מינסק געװען בלוין איין קליינינקע עלעקטראָסטאנ- ציע, װאָס האָט קוים געזשיפּעט.

די גאָרקיכן, מאגאזינען און וווינונגען האָבן פון עלעקטרי- שער שײַן ניט געװוּסט. די על- סערע כאויירים האָבן אונדו דעמלט א סאך דערציילט ועגן

גאָעלראָ -- דעם לענינישן פּלאן פון עלעקטריפיצירן דאָס לאנד.

איך און נאָך איניקע יאטן זײַנען אוועק ארבעטן אין דער מינסקער עלעקטראָסטאנציע. אין יאָרן ארום האָט מען מיך געשיקט לערנען אין װײַסרױ סישן פּאָליטעכנישן אינסטיטוט, וועלכן איך האָב פארענדיקט אין 1936. זינט דעמלט בין איך א פּראָפּעסיאָנעלער עלעקטריי פיקאטאָר.

סארא פרייד עס איז צו זען, װי לענינס לעמפּעלע שײַנט איצט אין אלע שטעט און שטע- טלעך פון װײַסרוסלאנד. הע-

יכער א מיליאָן פּויערשע געַ-

זינדן פון דער רעפּובליק האָבן טעלעװויזאָרס, ראדיאָלעס, רעפ- ריזשיראטאָרס, שלעקטרישע וואש-מאשינעס. סאָװועטן-װײַס- רוסלאנד האָט איצט אן איינ- הײַטלעכע ענערגאָיסיסטעם, װאָס פארבינדט אלע עלעק- טראָסטאנציעס פון דער רעפּוב- ליק. אין קארטז-בערעזער ראיאָן פון בריסקער געגנט, װוּ עס זײַנען פריער געווען דורכוי- סיקע זומפּן און װוּ אין דער טרויעריק בארימטער קארטוז" בערעזער טפיסע האָט מען גע- פּײַניקט רעװאָליוציאָנערן --

5

אין אָט דעם װיסטן אָרט ארבעט איצט איינע פון די גרעסטע אין סאָוועטנפארבאנד טערמישע עלעקטראָסטאנציעס.

אינעם שטעטעלע סמילאָ- וויטשי האָבן ביז דער אָקטיא- בער-רעװאָליוציע די גארבער געווייקט די פעלן אין פעסער. שוסטער און שנײַדער זײַנען ביכלאל געזעסן אָן א שטאָך ארבעט. איצט פונקציאָנירט דאָ א מעכטיקע עלעקטראָסטאנציע, װאָס באזאָרגט מיט ענערגיע דעם באװוּסטן זאװאָד פון אוו- טאָמאטישע אױיסלאָדערס.

מיר, די קאָמיוגיסטן פון די צוואנציקער יאָרן, וועלכע זיי- נען דערצויגן געװאָרן דורך דער אלטער באָלשעוויסטישער גווארדיע, ארבעטן צואמען מיט הײיַנטיקע יונגע ספּעציא- ליסטן --- אונדזערע קינדער און

אייניקלעך. שליסנדיק די באגעגעניש, האָט דער הויפט-רעדאקטאָר

פון ,סאָװועטיש היימלאנד" ארן ווערגעליס אָפּגעדאנקט די פארזאמלטע און אויסגעדריקט

שנ,;

די זיכערקײַט, אז די פילצאָליקע לייענער פון אונדזער זשורנאל װעלן מיט גרויס אינטערעס אופנעמען די טיף-באלערעוו- דיקע דערציילונגען פון די אלטע באָלשעװויקעס.

די באגעגעניש האָט באוויזן, וי פרוכטבאר עס איז פאר דער ליטעראטור די ענגע פארבינ- דונג מיט די וועטעראנען פון דער רעװאָליוציע. פאר די ייִדישע סאָוועטישע שרײַבער איז דאָס א לעבעדיקער קוואל פאר נײַע װערק ועגן דער גרויסער אָקטיאבער-עפּאָכע.

כאיִם מאלטינס קי

איך טראָג מיט פרייד מיין אֶל

באנאכט, די קינדער שלאָפן שוין. איך שפּיר; ' א זיסע שטילקײיַט, וי א קוועלכל, פלעפּלט. = אף גרינע ווענט די שאָטנס פונעם מעבל : זיך גיבן ניט קיין ריר. ו וֹ וְ ו ו

ס'איז יעדע מינדסטע רעגע אָנגעזאפט מיט פרייד מיט ברויזנדיקער, ניט געצוימטער.

נאָר כ'ליג די אויגן אָפן, א פארטרוימטער,

און אין מײַן הארצן שטארק דער אומרו קלאפּט, ---

| דער אומרו, װאָס מײַן פרייד און רו צעשטערט | און טריפט ארײַן מיט גיפט אין יעדער רעגע. און איך דערפיל אפסניי די כייע-נעגל,

װאָס ווילן אלץ פארגלײַכן מיט דער ערד.

װי האלט עס אויס דער בארג און ס'לויכט אפסניי דער בארג, אזעלכע װאָלקנס שװערע? זײַן שײינקײַט ניט פארלוירן. ס'איז גרויליק גרויס די לאסט, דער גרינער וואלד אף אים

ס'איז פּראָסט --- אוווידאס- הערט פריש, וו" ביי-גשבוורן פּערעך. 1 = :

נאָר ס'דויערט גאָר ניט לאנג --

צופוסנס בארג -- דער יאם. פון כמארעס בלײַבט קיין זיי- א דרע 2 פארברוינטע, אויסגערוטע, בלויז אפן שפּיץ פון בארג אין כוואליעס טאנצן מיר, א װאָלקנדל זיך רייכערט. װי קינדער פון איין מוטער... 1 6 6 ווען ס'האָבן נאָכן קריג אז כ'וועל דיך אײיביק ליבן, -- די װוּנדן מײַנע זיך פארהיילט, אן עפל כ'האָב אף העלפטן צוויי צעטיילט, כ'האָב ניט געשוווירן דיר, און אין דײַן העלפט זײַנען די קערנדלעך געבליבן... 6 1 סּ

באם ברעג פון יאם, בא אָט דעם װײַסן שטיין,

כ/בין מיט'א פערטל הונדערט יאָר צוריק געשטאנען. כ'פלעג ווארטן, ביז די פלאמענדיקע זון ט'פארגיין. דערנאָך פארבײַ די שוימענדיקע כוואליעס שפּאנען.

2--14 32

די טרײיע אײיביקײַט --- אָט וי זי שטייט און גייט, האָט, דוכט מיר, ניט געענדערט זיך קיין טראָפּן, דער זעלבער גרינער בארג באם יאם צוקאָפּן,

די זעלבע גליִיִקיפּײַערדיקע זון פארגייט.

מעייווער דאָרט לעיאם, אויב כ'האָב קיין טאָעס ניט, --- פונדאנען איז מיר שווער זיי צו באמערקן, --- שפּאצירן אום מיט שמאָלן אויגן-שניט

די זעלביקע ברײיטפּענעמדיקע טערקן.

אפילע איך אליין, פון ערשטן אויגנבליק,

האָב זיך, מיר שײַנט, ניט איבעריקס געמינערט. וי דאן --- א זשוואווער באָכער, נאָך א גרינער --- איך זאפּ מיט שטוינונג אײַן דעם יאמס מוזיק.

די שווערע יאָרן קריג, די פּלאָג און וויי

זיך טראָגן האסטיק דורך פארבײי, וי שוואלבן. פארגעס איך, אז מיט פיס מיט אָנדערהאלבן באם ברעג פון שווארצן יאם אצינד איך גיי.

6 6 6 נו, דאכט זיך װאָס --- גלײַך ס'װאָלטן רירעוודיקע הענט א װאָלקן איז פארשווונדן, א פריילעך שײַטערל און וויפל פרייד דערוועקן אין הארץ בא מיר צעצונדן, די זונען-פלעקן און ס'טוען שוין ניט וויי מיר אף די ווענט. מײַנע װוּנדן. 6 6 6 ווי דו זעסט, וו צו אויסבריען אייעלעך, קאָן די גאָלדענע קאלב און דער בין --- ווערן מעגולגל קיין איין-איינציקע קווייט... אין אטאָם פון טויט... ידידי די טי ידי די ידי יי טי די הי יז װועט ניט בלײַבן דער שוואלב קיין בלעטל, קיין שטרויעלע, אוי, וי לעפּישעוואטע איך בין. קעדיי בויען א נעסט, װעט דען בלײַבן די שוואלב מיט דער בין?.. ג 6 6 1

ניין, איך וויל ניט בעשום-אויפן

מײַן מענטשלעך גליק,

וי א שעפּס פארן שטריק

אין א מארק-טאָג פירן פארקויפן.

גיין, עס װאָלטן די קלינגערס אין טאש אף קיין טראָפּן מײַן הארץ ניט דערפרייען. מיט ביליקן פּידיען-קוראזש

ניט באװװווּנדערן וועסטו ראסייע.

כ'טראכט נאָר איינס, אז מײַן ערלעכע מי זאָל אן אָנהאלט מיר זײַן א פעסטער. . כ'טרוים, מײַן טאָכטערקעס פידל-שפּיל זאָל א קלונג טאָן מיט הארץ אין אָרקעסטער, כ'טרוים, מײַן זון זאָל אין ליכטיקן רוים פירן אין ארקטיקע אן עסקאדריליע. זאָל זי וואקסן, וי א שיינער בוים, אף סאָוועטישער ערד, מײַן פאמיליע.

33

.אי 4 ישי עב ייא יל ר אי

װאָס עלטער ווער איך, אײַנגעשרומפּן, קלענער, אלץ גרעסער זיך צעוואקסן מײַנע פּלענער.

גראָד איצטער פעלט מיר פּראָסטער יונגער קויעך.

פארװאָס זשע אף דער װעלט איז אלץ קאפּויער?

דער ווינט אף דער אָסינע טוט א שפּיל מיט אלע געלע בלעטלעך מיטאמאָל. צערוישן גלעקעלעך זיך אָן א צאָל -- א וואלדישער, א הארבסטיקער קאדריל.

כאָטש בלויז א טאָג נאָך גויווער זײַן דעם

ווינט, ---

נאָך קלינגען און זיך האלטן אף דער צווייג.

עס שמײַסט דער ווינט

און רײַסט דאָס לײַב און שינדט

פון יעדן בלעטעלע.

איך קוק אף דעם און שװייג..

איך ווארט אף דיר באטאָג, באנאכט,

מײַן טיר איז פאר דיר אָפן.

אזש ביז באגינען בין איך וואך.

טויט-מיד איך וער אנשלאָפן.

דאן קומסטו שטיל ארײיַן, מײַן פרייד, א צעטעלע לאָזט איבער: -- שלאָף, שלאָף געשמאק, געזונטערהייט, א פעפער ביסט, מײַן ליבער.

דער יאם, דער וואלד --- זיי רוישן זאלבעצווייט.

דאָס שטיפערל,

מײַן קליינער זון מײַן ליבער, צעליארעמט שטארקער זיך

און שרייט זיי ביידן איבער. און איך, זײַן אלטער טאטע, קוועל פאר פרייד.

נעמסטו מיך פון אָסיען-וואלד אוועק, טוט זיך פון מיר אָפּ די שכינע.

צװישן יאָדלעס, דעמבן גאָלדיק-גרינע איז אן אויצער יעדער זונען-פלעק.

ס'שפּרײיט איר דלאָניע אויס די קליאָנען-

בלאט, ס'לויכטן זיך די אָדערלעך די דינסטע.

פּונקט אזעלכע אף מײַן האנט געפינסטו, -- קוק זיך צו, װי ענלעך אקוראט.

מענטש צי בוים. ס'איז שווער צו זאָגן, װוער דורשטיקער די זונען-בליטן זאפּן.

אין דער העלקײַט הארבסטיקער איך הער, װי עס טיאָכקען אָדערלעך און קלאפּן.

ו

שמועל גאַָרדאַן

דער פּעטשאַרער שערעךר

ר טעג פארן ערשטן מײי האָט אין דעם פארװאָרפענעם וואלד-ייַשעוו בערעזאָווקע

זיך באוויזן א פולבלעכער מיטלװוּקסיקער מענטש מיט א צעקנייטשט לעדערן רענצל אין האנט. דער אָנגעפאָרענער האָט נאָך ניט באוויזן אָפּמערקן אין קאָנטאָר פון דער וואלד-ווירטשאפט די קאָמאנדירונג, װי אפן הויכן ברעג טײַך לעבן שטיבל פון זײַן קאָרעװ יעכיעל דעם זעגער איז שוין געשטאנען א ריי, גלײַך עס װאָלט אהער אראָפּגעקומען פון פּעטשאָרע ניט קיין שערער, נאָר א בארימטער דאָקטער.

איבעריק צופרידן דערפון, װאָס דער דירעקטאָר פונעם בערעזאָווקער ;לעספּראָמכאָז" האָט ניט געפונען קיין אנדער אָרט, װוּ צו עפענען אף די פּאָר טעג א פּאריקמאכערסקע, וי נאָר בא אים, בא יעכיעלן, אין שטוב, איז דער זעגער, פארשטייט זיך, ניט געווען. דער פּעטשאָרער שע- רער, וועלווע פּיקוס, איז טאקע זײַנער א קאָרעװו און א גאנץ אָנגעלײגטער גאסט, אָבער אראָפּ- געקומען אהער איז ער דאָך ניט צוגאסט. איז פארװאָס דארף עפּעס ער איינער, יעכיִעל, לײַדן פון דעם טומל מיטן הו-הא, װאָס יענער האָט דאָ אופגעהויבן אינעם ייִשעוו מיט זײַן פּלוצעמ- דיקן קומען? מע קאָן דאָך שוין באלד אין שטוב ניט אריינגיין איבער דער ענגשאפט און דעם הארמידער.

נאָך א גליק, װאָס ס'איז ערעוו מײַ און ניט ערעוו אָקטיאבער. סע סקריפּעט שוין פאָרט ניט דער שניי, אָט װוי זאמדצוקער, אונטער די פיס, און דער ווינט איז שוין אויך ניט אזא, מע זאָל זיך פון אים דארפן אויסבאהאלטן אין שטוב, אזוי אז ס'איז אָן סאקאָנעס, אוב דער אוילעם וועט צוּווארטן אין דרויסן, ביפראט אז ס'איז הײַנט א זוניקער טאָג, ס'יטריפט פון די דעכער און דאָס אײַז אף דער קאָזשווע קרעכצט שוין ביסלעכװײַז אונטער. פון באזאָרגן די שערערײַ מיט הייס וואסער איז ער, דאנקען גאָט, אויך פּאָטער. ווען מע זאָל אפילע דארפן אָנטראָגן צען פעס- לעך. וואסער און צען מאָל שטעלן דעם סאמאָוואר, װאָלטן זיך געפונען גענוג באלאָנים, װײַל די, װאָס האָבן געבראכט פונעם טײַך וואסער און אָנגעהאקט שפּענדלעך פארן סאמאָוואר, זײַנען אין דער ריי שוין ניט געשטאנען. אפילע דאָס באָכערל, װאָס האָט צוגעקלאפּט צו דער בערעזע פארן הויז דעם פרייזקוראנט, האָט אויך ניט געווארט אין דער ריי.

דעם פּרײַזקוראנט האָבן שוין קימאט אלע געװוּסט אף אויסװייניק, פארגעדענקט ניט אזוי די פּרײַזן, נאָר וויאזוי עס הייסן די פריזורן און די אָדעקאָלאָנען, כאָטש קיין שטארקן כילעק צווישן , פּאָלקע* און , פּאָלובאָקס", צוישן ;שיפּער* און , פּאָליאָט? האָט דאָ קיינער ניט אייַנגע- פונען. כוישעד זיײַן דעם פּעטשאָרער שערער, אז ער קאָן פארבײַטן די פּרײַזן, האָט אויך דאָ קיי- נער אפילע ניט געקלערט, און ניט אזוי דערפאר, װאָס באנאנד מיטן היפּש פארפלעקטן שפּיגל איז געהאנגען א רויט פענדעלע, װאָס האָט געגעבן צו וויסן, אז וולאדימיר אָסיפּאָװיטש פּיקוס איז א מיטגליד פון א קאָמוניסטישער בריגאדע, נאָר װײַל דער שערער האָט זיך קלאל ניט צוגע- רירט צום געלט, װאָס מע האָט געצאָלט. יעדער איינער האָט אליין בארעכנט, וויפל פון אים קומט, און אליין אראָפּגעלאָזט דאָס געלט אין דער פּושקע, װאָס איז געשטאנען דערבײיַ. דאָס יאָ: עס זאָל ניט געווען הענגען אף דער וואנט דאָס רויטע פענדעלע, װאָלטן זיך מיסטאמע אָפּגעזוכט צווישן אוילעם אזעלכע, װאָס װאָלטן געווען א באלן זיך דערקונדיקן, צי די פּושקע איז טאקע בעפיירעש אזוי קונציק פארשלאָסן און פארכאסמעט, מע זאָל פון דאָרט ניט קאָנען ארויסבאקומען קיין מאטבייע.

כאָטש די זון אין דרויסן האָט היינט העל געשיינט, איז בא יעכיִעל דעם זעגער אין שטוב געווען טונקל: ביידע פענצטער פונעם פאָדערשטן צימער, ווּ וועלווע האָט געארבעט, זײיַנען פון דרויסן מאמעש געווען פארקלעפּט מיט פּענעמער. יעדערער האָט זיך געשטופּט א קוק טאָן,

35

יע רג . ;אע 1 א שי 7 ר יאעלא אי =

װאָס טוט זיך דאָרטן. מע איז גרייט געווען דוירעס זײַן יעדן איינעם, װאָס איז געזעסן פארן שפּיגל, פּונקט װי דאָס װאָלט ער געװען שולדיק, װאָס דער שערער אייסעקט זיך אזויפיל מיט אים.

וועלווע איז שוין געװווינט צו אָט די אומצופרידענע, אָפּטמאָל אפילע בייזע בליקן, װאָס מע ווארפט אף יענע, װאָס צװאָגן דעם קאָפּ, מאכן א מאסאזש. ער לייגט אף דעם קיין אכט ניט. ער איז דאָך ניט קיין פארקויפער אין א קראָם, װאָס מע קאָן אים אונטעריאָגן מיט אן אומגעדולדיקן בליק צי מיט א שטעכיק װאָרט. ביפראט נאָך, אז די, װאָס שטייען אוף פון בענקל, לאָזט דער אוילעם אזוי גיך ניט אָפּ. מע באקוקט זי און מע באטראכט זיי פון אלע זײַטן. יעדער איינער זאָגט דערבײַ ארויס זײַנע מעווינעס. נו, יאָ. ער דארף דאָס טאקע זײיער נייטיק, מע זאָל אים דאָ נאָך זײַן אָפּפאָרן באריידן, אָנטאָן ביזיוינעס דעם קאָרעו זײַנעם און, כוץ אלעם, קאָן ער פּאָשעט ניט ארױיסלאָזן פון די הענט א שטיקל ארבעט, װאָס זאָל אים אליין ניט זײַן געפעלן.

שוין פון דעם אליין, װי ער האָט פאנאנדערגעלייגט די אינסטרומענטן, ארופגעצויגן אף זיך דעם זויבערן אַנגעקראָכמאלעטן כאלאט, האָט דער אוילעם דערזען, אז ס'איז ניט דער קאדזשע- ראָמער שערער, צו וועמען די בערעזאָווקער פלעגן זיך מוזן שלעפן היפּשע עטלעכע קילאָמעטער ביז צו דער באן-סטאנציע. דער קאדזשעראָמער האָט עפּעס גאָר קיינמאָל דאָס בערשטעלע ניט געביטן, און דער פּעטשאָרער וואשט נאָך יעדן קליִענט מיט זייף די הענט, טוקט אין א בלוי פלעמל די מאשינקע און דאָס שערל, לאָזט אראָפּ דאָס גאָלמעסער אין א גלעזערנעם סלאָי מיט פּיַאָלעטעווער סולעמא, און מיט איטלעכן, װאָס זעצט זיך צום שפּיגל, פארפירט ער א געשפּרעך פון הײמלעכקייַט וועגן, זיי זאָלן זיך ביידע ניט לאנגװײַליקן. ניט ער, וועלווע, און ניט דער קליִענט. דעריקער גייט דער געשפּרעך וועגן וואלד און וועגן טײַך, פּונקט װי וועלווע קלײַבט זיך אהער איבערפאָרן. קיינער װאָלט דאָ, פארשטייט זיך, ניט דערווידערט, ער זאָל איבערפאָרן פון פּעטשאָרע קיין בערעזאָווקע, נאָר ער זאָל בײַטן די פּראָפעסיע --- ווערן א וואלד-ארבעטער -- אף דעם װאָלט דאָ זיכער קיינער ניט אײַנגעגאנגען. און פריער פון אלעמען די פרויען. שוין דערמיט, װאָס ער האָט אײַנגעפירט, זי זאָלן ניט ווארטן אין דער ריי, האָט ער בא די פרויען אזוי אויסגענומען, אז זיי האָבן אים ארויסגעשטעלט פאר א מוסטער די מענער.

-- נו יאָ, -- האָבן די מאנצבלען דערוף געענטפערט, -- ס'איז אים גרינג צו זײַן א גוטער אף יענעמס כעזשבן.

דערהערט עס, האָט וועלווע זיי איַנגעטיילט א כיילעק:

-- װי שעמט איר זיך ניט אזוינס צו זאָגן. מיך װוּנדערט מאמעש אף אײַך. ס'איז דען איבערצורעכענען, וויפל ארבעט עס האָט א באלעבאָסטע ערעוו יאָמטעו: באקן, און קאָכן, און וואשן, און צוקלײַבן, און, כוץ אלעמען, איז זי דאָך א פרוי. װאָס פאר א מאנצבל יל עס ניט, אז זיַן װײַב זאָל אויסזען יונג, און שיין, און פּײַן? הא? א פרוי, זאָלט איר וויסן זײַן, וויפל זי זאָל ניט אלט זײַן, בלײַבט זי שטענדיק א פרוי.

-- און א מאנצבל וויל ניט אויסזען יונג, און שיין, און פײַן? מִירן איבער זיי בלײַבן אויס- געשטעלט, איר פאָרט דאָך מאָרגן שוין אוועק.

-- דאָס, זעט איר, זאָל אײַך שוין ניט ארן. ביז מאָרגן אפדערנאכט איז נאָך דאָ גענוג- גענוג צײַט.

און אז א װאָרט איז בא וועלװען א װאָרט, האָבן איידעס געזאָגט די צויי פענצטער פון יעכיעלס שטיבל. אפן צווייטן טאָג קאיאָר האָבן זיי זיך שוין געלויכטן. יעכיִעל האָט זיך דע- רעדט מיט וועלווען, אז ער װעקט אים אוף מיטן ערשטן קריי פון די הענער, וועלווע זאָל באװײַזן זיך אָפּפארטיקן מיט דער קאָמפּלעקס-בריגאדע, ווּ יעכיִעל ארבעט, וװויַיל ס'קאָן זיך גרײַלעך מאכן, זי זאָלן זיך אומקערן פון וואלד שוין צו דער פייערלעכער זיצונג אָדער גאָר צו דער קינאָ.

װוי פרי וועלווע האָט זיך ניט געפעדערט, האָט ער אָבער דריי מענטשן פון דער קאָמ- פּלעקס-בריגאדע ניט באוויזן ארומשערן און אָפּגאָלן ביז זייער אָפּפאָרן אין וואלד, און גראדע די, פון וועמען ער האָט, אייגנטלעך, געדארפט אָנהייבן: דעם בריגאדיר, דעם שאָפער און יעכיִעלן, װאָס האָט ביכלאל געמעגט ניט שטיין אין דער ריי.

-- ווייסט איר װאָס? --- האָט וועלווע זיי געזאָגט. --- וויבאלד איר קאָנט זיך לענגער ניט פארהאלטן, איז פאָרט זיך געזונטערהייט אין וואלד, און איך װעל דאָ פארנעמען א ריי פאר אײַך, אז ווען איר װעט ניט קומען, זאָלט איר זײַן די ערשטע. אָפּגעמאכט? טאָ האָט מיר א גליקלעכן שליטוועגס.

נאָך איידער די לאסטמאשין, װאָס איז געקומען אָפּפירן די בריגאדע אף דער װײַטער דעליאנקע, איז ארויסגעפאָרן פון ייִשעװו, איז שוין בא יעכיעלן דעם זעגער פול געווען די שטוב מיט מענטשן. צוקוקנדיק, װי עס וואקסט די ריי, האָט וועלווע אָנגעהויבן שטארק סאָפעקן, צי

6

ער װעט פארכאפּן דעם אָװנטיקן צוג. דאָס װײַב מיט די קינדער װעלן װער ווייסט װאָס איבער- טראכטן. װאָס זשע טוט מען? עפשער געבן א טעלעגראם: אזוי און אזוי, זאָלן זיי אף אים הײַנט ניט ווארטן. יאָגן פון זיך די נעשאָמע, ווען ער זאָל אפילע װעלן, קאָן ער עס אויך ניט. ס'איז ניט אין זײַן נאטור. פּייַן ארײינגעפאלן. נאָר צו וועמען קאָן ער האָבן טײַנעס? דער אוילעם האָט אים נאָך נעכטן געװאָרנט, אז אזוי וועט זײַן.

דערזען, אז דער שערער אייסעקט זיך הייַנט אויך ארום יעדן איינעם, פּונקט וי נעכטן. -- האָט די גאנצע ריי זיך איבערגעקליבן פון דרויסן אין שטוב ארײַן, געבנדיק מיט דעם אָנצו- הערן דעם פּעטשאָרער, אז זיי וװועלן אים פונדאנען ניט ארויסלאָזן, ביז ער װעט זיי אלעמען ניט מאכן גרייט צום יאָמטעװו. קיין איבעריקע בענקלעך זײַנען אין שטוב ניט געווען, האָט מען זיך אויסגעזעצט אף די פענצטער, זיך צוגעשפארט צו דער וואנט און געפירט אונטערהאנדלונגען מיט די פאָדערשטע אין דער ריי, זיי זאָלן עס מאכן בעקיצער, אז ניט, װעט מען זיי אראָפּשלעפּן פון בענקל. געװאָרנט האָט מען וועגן דעם אזוי, אז דער פּעטשאָרער זאָל עס אויך הערן. נאָר וועלווע האָט סייווי געטאָן זײַנס.

סאָף טאָג האָבן זיך אריינגעוואלגערט אִין שטוב די דריי פון דער קאָמפלעקס-בריגאדע, װאָס האָט זיך נאָרװאָס אומגעקערט פון וואלד. עס האָט נאָך פון זי געשמעקט מיט פּראָסט, מיט בענזין, מיט זעגעכץ. אז עס שטייט פאָר אזא געפאר, די ריי זאָל פון פאָרנט אויסוואקסן אף דריי ‏ מענטשן -- האָט יעדערער דאָ געװוּסט, נאָר יעדן האָט זיך געװאָלט, דאָס זאָל געשען נאָך דעם, וי ער װעט שוין זיצן פארן שפּיגל.

ווען יעכיעל, דער צווייטער לויט דער ריי אין דעם דאָזיקן דרײַלינג, האָט זיך אופגעהויבן פונעם בענקל, איז פּונקט ארײַנגעקומען דער דירעקטאָר פון ,לעספּראָמכאָז" לעאָניד מיכײילאָ- וויטש איוולעוו, א מענטש, װאָס האָט שיר ניט אונטערגעשפּארט מיטן קאָפּ די סטעליע.

-- וי גייען דאָ בא אײַך עפּעס די געשעפטן? וי האלט איר מיטן פלאן? -- האָט ער, א קלונג טוענדיק מיט דער פּושקע, געפרעגט בא וועלווען און געװאָרפן דערבײַ א בליק אף זיך אין שפּיגל.

פיקוס האָט אָפּגעװוישט מיט א סאלפעטקע דאָס פריײיגעװאָרענע בענקל און זיך עטװאָס פארנייגט:

-- ביטע, כאווער דירעקטאָר.

אראָפּגעװאָרפן פון זיך דאָס ברוינע פּעלצל, האָט איוולעוו ברייט א שפּאן געטאָן צום שטול.

-- אנטשולדיקט, לעאָניד מיכײַלאָװויטש, איצט איז מײַן ריי.

איוולעוו איז געבליבן שטיין, וי ער װאָלט צום ערשטן מאָל דערזען פאר זיך אָט דעם בלאָנדן שאָפער מיט די ליכטיקע אויגן, וועלכן ער האָט זיך געקליבן הײַנט לויבן אין זײַן רעדע אף דער פייערלעכער זיצונג און פּרעמירן מיט א כוידעשלעכן געהאלט. ער האָט דעם שאָפער גאָרניט געענטפערט, שווייגנדיק אָנגעטאָן װוידער דאָס פּעלצל, עס פארשפּיליעט אף אלע העקלעך, פא- ריכט דעם קנייטש אין דעם הויכן קאראקולנעם היטל און, שוין שטייענדיק אף דער שועל, געפרעגט:

--- ווער איז דער לעצטער?

-- איך, -- האָט זיך אָנגערופן אן עלטערער מענטש אין ברילן, װאָס האָט ארײַנגעקוקט אין א ביכל.

-- בין איך, הייסט עס, נאָך אײַך, ‏

-- ניין, נאָך מיר, -- דער שאָפער, װאָס איז שוין געהאט געזעסן פארן שפּיגל, האָט זיך אופגעהויבן און זיך געװוענדט צו דעם מענטשן אין די ברילן, -- ביטע, כאווער לערער. איך טרעט אייך אָפּ די ריי.

-- הא?

-- איך טרעט אײַך אָפּ מײַן ריי, נו, מיר בײַטן זיך מיט די ערטער, -- און דער שאָפער האָט קימאט וי מיט גוואלד אוועקגעזעצט דעם לערער אפן פרייַען בענקל.

-- מיט איין קליִענט וייניקער, -- האָט עמעצער א זאָג געטאָן, ווען איוולעוו איז ארויס פון שטוב.

-- ס'איז, פארשטייט זיך, ניט מײײַן זאך, --- וועלווע האָט געװאָרפן א בליק אף יעכיעלן, װאָס איז געשטאנען אין דער אָפענער טיר פונעם שכיינעסדיקן צימער, -- אָבער פונדעסטוועגן, וי עס זאָל דאָרט ניט זײַן, איז ער דירעקטאָר.

-- ניט געדארפט געווען זיך מיט אים פארפירן, דערצו נאָך ערעוו יאָמטעװ, -- האָבן עט- לעכע מענטשן אײַנגעשטימט מיט וועלווען, --- ער איז פאָרט מער פארנומען פון אונדז. ער האָט צײַט זיך זעצן ווארטן אין דער ריי?

27

ן / סֹּ ו ו 4

7

*=2,),2ע ,עי עעתתת{/,װ/!{(/?/*+,,,.,, שיק

-- װאָס האָט עס, װאָלט איך װעלן וויסן, איינס צום צווייטן? -- האָט זיי איבערגעשלאָגן דער שאָפּער. -- דאָס, װאָס ער איז א דירעקטאָר און איז מער פארנומען פון אונדז? קריגט ער דערפאר, װאָס אים קומט. באקום. אָט, ווען ער זאָל געווען בעטן, מע זאָל אים דורכלאָזן אָן א ריי, װאָלט איך דער ערשטער אים אָפּגעטראָטן דאָס אָרט. אָבער... איר האָט געזען, װי ער האָט זיך עס א לאָז געטאָן צום בענקל? נו, פּונקט, װי דאָס קומט אים אויך. ע, טײַערער כאווער, ביסטו אזא, איז זײַ אזוי גוט, און ווארט באגלײַך מיט אלע. דאָ גײיען ניט אָן קיין אויסנאמען. דער כאווער לערער, וי מיר ווייסן, איז אויך א גאנץ פארנומענער מענטש, פונדעסטוועגן האָט ער זיך קײינמאָל אזוינס ניט דערלויבט.

צװוישן די, װאָס האָבן זיך געשטעלט אפן צאד פון דעם שאָפער, איז געווען אויך יעכיעל. די איינציקע טיינע נאָר, װאָס ער האָט געהאט צו אים, איז געווען, אז מע האָט עס באדארפט מאכן א ביסעלע איידעלער, ניט געדארפט געווען ארײַנמישן אהער דעם לערער. צו װאָס? דאָס האָט שוין, אייגנטלעך, אויסגעזען װי א מין פאטש אין פּאָנעם, און איוולעוו װעט אזוינס, פארשטייט זיך, ניט פארשװײַגן.

אזוי האָט געטראכט ניט נאָר יעכיִעל. דערפאר איז פאר אלעמען געווען אומדערווארט, ווען

אין א קורצער צײַט ארום איז אין שטוב ווידער אריינגעקומען לעאָניד מיכיילאָװויטש.

-- איך האָב נאָך ניט פארשפּעטיקט? -- ער האָט אױיסגעטאָן דאָס פּעלצל און זיך צוגעזעצט ווארטן. צוזאמען מיט אים האָט זיך אומגעקערט אין צימער די שווערע שטילקײַט, װאָס איז דאָ געשטאנען פאר זײַן אוועקגיין. פון די בליקן, מיט וועלכע דער אוילעם האָט זיך איבערגעוװווּנקען, האָט וועלווע פארשטאנען, אז ווען עמעצער זאָל געווען איצט אָפּטרעטן איוולעוון די ריי, װאָלט שוין קיינער ניט דערווידערט, נאָר קיינער, אפּאָנעם, װיל עס ניט טאָן דער ערשטער. מע ווארט, דער אנדערער זאָל עס טאָן. איז עפשער זאָל ער גאָר, וועלווע, זיך אריינלייגן אין שאָלעם. דאכט זיך, אז יעכיִעל פארלאנגט עס טאקע פון אים. דאָס וויפלטע מאָל שוין, װי ער באװײַזט זיך אין דער אָפענער טיר און װוינקט אים אונטער. װאָס װעט אָבער נאָכדעם טראכטן וועגן אים, וועלווען, אָט דער בלאָנדער יונגערמאן מיט די ברייט צעעפנטע ליכטיקע אויגן?

נאָר דאָ איז אָנגעלאָפן פון דרויסן יעכיעלס עלטער ייִנגל און גלײַך צו איוולעוון:

-- לעאָניד מיכײַלאָװיטש, דער קינאָדמעכאניקער איז הײַנט װידער ניט געקומען.

איוולעוו האָט אָפּגעלײגט אין א זײַט די צײַטונג, װאָס ער האָט געהאלטן אין האנט.

-- דער קינאָדמעכאניקער, זאָגסטו? ער װעט קומען. ביז דער קינאָ איז נאָך א װועלט מיט צײַט. אין וועלכן קלאס גייסטו? -- איוולעוו האָט ניט אָפּגעלאָזט פון זיך יעכיעלס ייִנגל. ער האָט פארפירט מיט אים א רייד וועגן דער שול, וועגן די לימודים, וועגן די לערער, װוי ער װאָלט זיך געקליבן בא אים אױיסקלאָרן, מיט װאָס האָט עס דער לערער, װאָס איז דאָ געווען, פארדינט, אז אים זאָל מען יאָ אָפּטרעטן דאָס אָרט.

אומבאמערקט זײַנען פון שטוב אנטרונען עטלעכע מענטשן. יעכיעל האָט א װוּנק געטאָן צום שאָפער, נאָר יענער האָט פאראקשנט א שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ און זיך איבערגעזעצט נעענטער צום שערער.

ווען לעאָניד מיכײַלאָװויטש האָט אונטערגעשטעלט דעם אָנגעזייפטן קאָפּ אונטערן גאָלמעסער, האָבן זיך אײינציקװײַז גענומען אומקערן פון דרויסן די עטלעכע מענטשן, װאָס האָבן זיך פריִער געהאט ארויסגערוקט פון שטוב. מעגלעך, אז איוולעוו האָט עס באמערקט. זיכער באמערקט. וועלווע האָט אָבער ניט געװאָלט, אז דער דירעקטאָר פון ,לעספּראָמכאָז" זאָל מיינען, אז דאָס ארויסגיין און אריינקומען איז פון פריִער א צונויפגערעדטע זאך און ער, וועלווע, האָט צו דעם א שײַכעס, האָט ער אָנגעשטעלט אף די צוריקגעקומענע א פּאָר פארכידעשטע אויגן און גע- פרעגט:

-- טאטע ליבער, פונוואנען? עס איז דאָך א מײַסע אָן א ברעג. כ'האָב מוירע, אז איך װעל אפילע צום מאָרגעדיקן צוג שוין אויך ניט באװוײיזן. אײַ, בין איך דאָ בא אײַך ארײַנגעפאלף מע װועט דאָך אין דער היים בא מיר ניט וויסן, װאָס איבערצוטראכטף א שפּילכל עפּעס! א מענטש איז אוועקגעפאָרן אין וואלד, און ניטאָ.

לעאָניד מיכײיַלאָװיטש האָט זיך אויסגעדרייט צו יעכיִעלן:

-- גייט, ביטע, צו אין קאָנטאָר און זאָגט, מע זאָל דרינגענדיק אָנקלינגען קיין פּעטשאָרע אין וולאדימיר אָסיפּאָװיטשעס פּאריקמאכערסקע, אז ער איז דאָ בא אונדז פארוואלגערט מיט ארבעט און מיר לאָזן אים ניט אָפּ, ער װעט קומען מאָרגן.

-- ס'איז גרינג צו זאָגן אָנקלינגען צו אונדז אין פּאדיקמאכערסקע. פונוואנען קומט צו אונדז א טעלעפאָן? גרעסערע מעיוכאָסים פון אונדז זיצן אין פּעטשאָרע אָן א טעלעפאָן.

איוולעוו האָט װוידער אויסגעדרייט דעם קאָפּ צו יעכיִעלן:

8

-- איז זאָגט, מע זאָל אָנקלינגען אין ,פּעטשאָרספּלאװ", אָדער נאָך בעסער, אין שטאָט- סאָוועט. מע װועט זיך דאָרט ווי-ניט-איז אן אייצע געבן. ווארט. מע דארף ניט. איך על אליין אהין אָנקלינגען.

2

דער לעצטער קליִענט, ארום וועלכן וועלווע פּיקוס האָט זיך געייסעקט, ווען דער הימל איז שוין געווען געדיכט באזעצט מיט שטערן, איז געווען טאקע ער, וועלווע אליין. ארומגעראזירט זיך, האָט ער איבערגעווישט די אינסטרומענטן, צונויפגעלייגט זיי אינעם לעדערנעם רענצל און אווצק אין קלוב.

זוכן אינעם איבערגעפולטן קלוב אן אָרט איז וועלווען ניט אויסגעקומען. ער איז נאָר אהין ארײַן, האָט מען אים באלד פאָרגעלייגט א פלאץ. ווען ער האָט זיך אוועקגעזעצט, האָט ער מיטא- מאָל באמערקט, אז די ארומיקע קוקן זיך צו אים עפּעס מאָדנע צו, שעפּטשען זיך איבער. נאָר וי וועלווע האָט זיך ניט צוגעהערט, האָט ער קיין װאָרט ניט געקאָנט אופכאפן.

,טאטע ליבער, װער זיצט עס דאָרט אין פּרעזידיָום לעבן דעם דירעקטאָר?? --- וועלווע איז אזש אונטערגעשפּרונגען, אזוי אומדערווארט איז פאר אים געווען דאָס, װאָס אף דער בינע, לעבן לעאָניד מיכײַלאָװיטשן, זיצט דער בלאָנדער שאָפּער. א שקאָצישקײַט פונדעסטוועגן פון א מענטשן. נעמען און זיך אוועקזעצן סאמע אױבנאָן. ער איז דאָך ניט אזא נאר, אָט דער שאָפער, ער זאָל קלערן, אז דאָס, װאָס איז הײַנט געשען צוישן אים מיט איוולעוון, איז פאר אלעמען א סאָד. װאָס זשע? טוט ער עס, הייסט עס, בעקיוון. פאר אזעלכס איז ער ווערט, מע זאָל אים אײַנ- טיילן א כיילעק, ער זאָל עס האָבן צו געדענקען.

די פּײַיערלעכע זיצונג װעט זיך אזוי גיך ניט ענדיקן, און דעם פילם, וועלכן מע ועט דעמאָנ- סטרירן נאָך דער זיצונג, האָט וועלװע געזען נאָך פארדרײַיאָרן. איז װאָס האָט ער דאָ צו זיצן? וועלווע האָט זיך אופגעהויבן און איז שטילערהייט ארויס פון קלוב. די לעװאָנע האָט אים וי אונ- טערגעהיט. קוים האָט ער צוגעמאכט נאָך זיך די טיר, האָט זי אים אוועקגעפירט מיט דער באלויכ- טענער סטעזשקע צום הויכן ברעג טײַך און פון דאָרטן פארנארט אין וואלד. זי האָט זיך גענומען וי שפּילן מיט אים אין באהעלטערלעך: זיך פארקייקלט צװישן די פארשנייטע קרוינען פון די ביימער, ארונטערגעקראָכן אונטער א פארביישווימענדיקן װאָלקן, און אז זי איז ווידער צוגעקומען צו דעם הויכן ברעג טײַך, האָט זי זיך אָפּגעשטעלט שפּיגלען אין א פּאָלאָנקע. וועלווע האָט זיך אויך פארקוקט אף דעם בלויען וואסער צווישן אײַז. ער האָט דאָרט דערזען צוויי שלאנקע סאָס- נעס און א שטיק אויסגעשטערנטן הימל. אין וואלד איז דער שניי נאָך געווען גענוג שטײַף -- מע האָט צו אים ניט געדארפט קיין ליזשעס. עס האָט שוין אָבער געשמעקט מיט פרילינג. די שטיל- קײַט אין וואלד איז אויך געווען א פרילינגדיקע -- מע דארף זיך נאָר קאָנען צו איר צוהערן. טאקע בעפיירעש א גרויס פארזען פון יעכיעלן, װאָס ער האָט זיך באזעצט קימאט אין סאמע צענטער פון ייִשעוו. ווען ער, וועלווע, אשטייגער, זאָל זיך דאָ דארפן באזעצן, װאָלט ער זיכער אויסגעקליבן אָט דאָס דאָזיקע ערטל אין וואלד. אויב שוין יאָ זיך פארקלייבן אין א ,לעספּראָמ- כאָז", איז כאָטש האָבן האנאָע פון דער טײַגע... וועלכע פארגעניגנס האָט מען דאָ נאָך, אז ניט קיין טעאטער, ניט קיין רעסטאָראנדל, און קינאָ, דארף מען פארשטיין, איז דאָ אויך ניט אזא אָפ- טער גאסט. מיט דער צײַט װעט דאָס אלצדינג זײַן, אָבער דערװײַל איז דאָס גאנצע פארגעניגן פאָרט דער וואלד.

ווען ער, וועלווע, זאָל זיך דאָ באזעצן, װאָלט ער יעדן טאָג געגאנגען אף יאגד אָדער געזעסן מיט א ווענטקע באם טײַך. שײַעך צו זאָגן, אוואדע וועגט דאָס גאָלמעסער מיט דער שער-מא- שינקע עטװאָס װייניקער פון דער זעג ,דרוזשבא". אומשלעפּן זיך מיט דער זעג א טאָג, זומער אין דער היץ צי ווינטער אין דער קעלט, איז געוויס ניט פון די לײַכטע זאכן, פונדעסטוועגן, אזוי טראכט בא זיך וועלווע, כאָטש ער איז שטענדיק אין דער ווארעם, שטענדיק אונטער א דאך, װאָלט דאָ, מיסטאמע, קיינער מיט אים זיך ניט געביטן. ס'א פּאָשעטער כעזשבן: אז מע עטעמט זיך אָן א טאָג מיט אזא דופטיקער לופט, פילט מען גאָר ניט די מידקײַט. אָט האָט ער אנומלטן געקויפט א פּלאט , פייגלשע שטימען". אז ער הערט זי, איז װי מע זאָל אים אריינפירן אין א וואלד. װי מיד ער זאָל ניט זײַן, טוט זיך די מידקײַט פון אים אָפּ. איז אויב די פּלאט פארמאָגט אין זיך אזא קויעך, הײַנט װאָס פאר א קויעך שטעקט אין די געזאנגען, װאָס מע קאָן זיך אָנהערן אין וואלד פאר א טאָג טאקע פון די לעבעדיקע פייגל. און אז געזאנג איז א סגולע קעגן מידקײַט, ווייסט ער נאָך פון דער ארמיי. מע דארף גאָר בעטן יעכיעלן, ער זאָל פארשרײיבן אף א מאגני- טאָפּאָן א זומערדיקן אינדערפרי דאָ אין וואלד.

39

פון דעם טײַך האָט זיך דערטראָגן א טויבער רויש. דאָס האָט געריזלט אונטערן אײַז דאָס לעבעדיקע וואסער, געפּרוּװוט דאָרט די קויכעס. נאָך א װאָך, נאָך צויי, און דאָס שוימיקע פרי- לינגדיקע וואסער װעט נעמען טראָגן פונדאנען אין דער פּעטשאָרע דאָס פארגרייטע געהילץ. צו יענער צײַט װעט שוין דאָ קימאט א קײַלעכיקן מעסלעס שײַנען די זון. זי באװײַזט זיך ניט אָפּ- טוקן אין דער פּעטשאָרע, װי זי קלעטערט שוין צוריק אפן הימל. אין אָט די ליכטיקע נעכט, ווען דאָס געהילץ גייט פון דער טײַגע, קאָן וועלווע שאָענלאנג אָפּשטײן אפן ברעג פון דער פאנאנדער- געגאָסעגער פּעטשאָרע און פארגאפט, װי א קינד, קוקן, װי מע ארבעט אפן טײַך. די מענטשן שפּרינגען פלינק און געשיקט איבער די שווימענדיקע קלעצער, קריכן אינעם אײַזדקאלטן וואסער צורעכט מאכן די באָנעס, שרײַען און טיוקען אפן געהילץ, װי אף לעבעדיקע באשעפענישן. ני- דעריק איבער דער פּעטשאָרע טראָגן זיך אום און בלײַבן הענגען טומלדיקע װערטאָליאָטן,

א פּאָר װאָכן נאָך... נאָר דערװײַל איז פאָרט ווינטער. דעם ערשטן מײַ זאָל מען דארפן אופ- הייבן דעם קאָלנער און טראָגן װאָליקעס: אלע יאָמטױיװים פאלן דאָ אויס ווינטער. ,װוי? טאקע אלע יאָמטױװים?? --- האָט וועלווע בא זיך איבערגעפרעגט און דעם גאנצן וועג צוריק אין ייִשעװו געהאלטן אין איין אונטערזינגען איינס און דאָס זעלבע לידל, װאָס האָט זיך מיטאמאָל צו אים צוגעטשעפּעט, ניט פּאָטער צו ווערן:

ערשטער מײי איז װוינטער, אָקטיאבערסקע איז װוינטצר. אָבער און וי"י-דער װינטצר, אָבער און ווייי-דער ווינ"טער..

צוקומענדיק נעענטער צו יעכיעלס שטוב, האָט וועלװוע דערזען שטיין אונטער די באלויכ- טענע פענצטער א מאשין מיט אן אָנגעצויגענעם ברעזענטענעם דעכל.

--- ווו זײיַט איר עס פּלוצעם פארפאלן געװאָרן? -- האָט אים באגעגנט דער בלאָנדער שאָ- פער. --- א שאָ, אז איך ווארט דאָ אף אײַך.

-- אף מיר?

-- גיכער, כאווער, גיכער. נעמט די קלומקעס, מיר פארשפּעטיקן צום צוג.

--- צו וועלכן צוג, צו װאָס פאר א צוג? -- האָט וועלווע פארװוּנדערט געפרעגט. -- דער קאָטלאסער גייט דאָך ערשט מאָרגן.

-- דאָס איז פון קאדזשעראָם, אָבער פון טאלי האָט איר נאָך הײַנט צוויי צוגן, דעם װאָר- קוטער און דעם לענינגראדער. מיט איין װאָרט, איך האָב א באפעל פונעם דירעקטאָר אײַך אָפּ- פירן אף זיײַן מאשין קיין טאלי.

--- וויפל דארף מען פאָרן אהין?

-- פאר אָנדערהאלבן שאָ זײַנען מיר דאָרט. װוֹוּ זיינען אײַערע קלומקעס?

אז די מאשין איז ארויסגעפאָרן פון ייִשעװ און דער ווינט האָט גענומען פּױקן איבערן ברעזענטענעם דעכל, האָט וועלווע זיך אָנגערופן צום שאָפער:

-- אָט דאָס איז אײַער דירעקטאָרס עקיפּאזש? כע... בא אונדז אין פּעטשאָרע זעט מען שוין קימאט ניט אזא געשפּאן.

-- בא אונדז איז נאָך דערװײַל בערעזאָווקע, ניט פּעטשאָרע.

-- דאָס פארשטיי איך אליין, אָבער פונדעסטוועגן, א דירעקטאָר פון א ,לעספּראָמכאָז"...

-- װאָס מאכט איר פון אלץ א וועזן? און אז א דירעקטאָר, איז װאָס?

-- גאָרניט... איך זע, יונגערמאן, אז איר זײַט פון די, װאָס מאכן ביכלאל אלץ אוועק מיט דער האנט. יאָ דירעקטאָר, ניט דירעקטאָר. נו, מיילע, אייַער זאך. נאָר צו װאָס, זאָגט מיר, דארף מען נאָך דערצו שפּרינגען יענעם אין פּאָנעם?

-- אשטייגער?

-- איר זײַט א קינד, צי װאָס? איר פארשטייט אליין ניט, אז נאָכדעם, װוי מע באליידיקט אזוי א מענטשן, זעצט מען זיך ניט אוועק לעבן אים סאמע אױבנאָן אף דער בינע? ס'איז, וי זאָל איך אײַך זאָגן...

-- נו, זאָגט, זאָגט. שעמט זיך ניט. איך װעל אף אײַך קיין פאריבל ניט האָבן

-- דאָס זע איך.

40

בא וועלווען האָט זיך מיטאמאָל פארקליבן א כשאד, אז דער גאנצער איינפאל מיטן אָפּפירן אים אף דער װײַטלעכער סטאנציע שטאמט גאָר ניט פונעם דירעקטאָר, נאָר פון אָט דעם אזעס- פּאָנעמדיקן יונגנמאן. שוין אין דעם אליין, װאָס אים פירט אף דעם דירעקטאָרס מאשין ניט דעם דירעקטאָרס שאָפּער, שטעקט עפּעס. וועלווע װעט אים אָבער גאָרנישט ניט פרעגן. האָט ער אים װאָס צו זאָגן, דער יונגערמאן, װועט ער עס אים זאָגן. ער איז ניט פון די שטארק שעמעוודיקע, און פון די שרעקעוודיקע אוואדע און אוואדע ניט.

די מאשין האָט זיך געטראָגן בארג-ארוף, בארג-אראָפּ, פאנאנדערשנײַדנדיק מיט די שארפע סנאָפּעס שיין פון די פארעס דעם פארווייעטן וואלד אפצווייען. די לעװאָנע איז זיי עטלעכע מאָל איבערגעלאָפן דעם וועג. דער ווינט האָט פארהויבן א פּאָלע פונעם ברעזענט און צוזאמען מיט דער קעלט אריינגעשמיסן אין דער מאשין פינקלענדיקע גרייפּעלעך שניי.

-- מירן באלד פארבייפאָרן די דעליאנקע, װוּ עס ארבעט אײַער יעכיעל. ביימער זײַנען דאָרט --- גווארדייצעס. איינס אין איינס. אלע רעכטפלאנגאָווע.

וועלווע האָט מער פון יויצע-וועגן, וי פון נײַגער, געכאפּט א קוק אין פענצטערל אף די ;רעכטפלאנגאָווע" מיט די זילבערנע ,עפּאָלעטן". ער קאָן אוואדע קלערן, דער שאָפער, אז דאָס, װאָס ער דערציילט אים וװועגן דער טײַגע, איז פאר אים, וועלווען, אינגאנצן א נײַס. נו, מיילע, ס'איז שוין, אפּאָנעם, אוועק אזא מאָדע, אז ייַנגערע זאָלן לערנען עלטערע. נעמען, צום בײישפּיל, זײַן שאָכנס באָכערל. די שול נאָך ניט פארענדיקט, און וויל שוין אלעמען לערנען, װוי צו לעבן אף דער וועלט. זיך אָנגעשטעקט פון אזעלכע-אָ, װי דער דאָזיקער, װאָס האָבן פאר קיינעם קיין דערע- כערעץ ניט. דערציילן אים וועגן דעם שאָכנס באָכערל? ע, גלײַכער זיך ניט אָנהייבן מיט אים, זיי האָבן מעסוקן פײַנט מוסער, אָט די כעוורע.

און כאָטש וועלווע האָט בא זיך אָפּגעמאכט, אז ער װעט דעם דאָזיקן יונגנמאן מער גאָרניט זאָגן, גאָרניט פרעגן, און האָט זיך צוגעהערט צו דעם, װאָס דער שאָפער דערציילט, וי גלײַך ער איז צום ערשטן מאָל אין טײַגע און אלץ איז פאר אים, וועלווען, א גרויסע נײַס, דאָך האָט ער ניט אויסגעהאלטן:

-- װאָס האָט עפעס לעאָניד מיכײלאָװויטש געהייסן, אז איר זאָלט מיך אָפּפירן צום באן?

-- אײַך איז ניט געפעלן, וי איך פיר די מאשין?

-- כאָלילע. איך פרעג עס אנטקעגן דעם, װאָס דער דירעקטאָר האָט ניט געשיקט זײַן שאָ- פער. ער זשאלעוועט אים צי װאָס?

-- דער שאָפער פון דער דאָזיקער מאשין איז אליין דער דירעקטאָר.

-- װוי?

-- איר קלײַבט זיך דערפון אויך מאכן א ועזן? -- און אָנבייגנדיק. זיך נעענטער צום פענצטערל, וי ער װאָלט דערזען א שטרויכלונג אפן וועג, האָט דער שאָפער געזאָגט: --- ווען מענטשן װאָלטן װוייניקער געכאנפעט איינער דעם אנדערן און אָפּטער געזאָגט דעם עמעס אין די אויגן...

וועלווען האָט עס א הייב געטאָן פון אָרט. צו װאָס האָט ער עס אים מיטאמאָל געזאָגט?

דער שאָפער האָט װי ניט באמערקט ועלװעס דרייען מיטן קאָפּ, ס'איז אויסגעקומען, וי ער װאָלט אינגאנצן פארגעסן וועגן וועלווען און רעדט זיך דורך מיט זיך אליין:

-- אלע האָבן מיסטאמע געמיינט, אז איוולעוו װעט מיך אופעסן, -- ער האָט געװאָרפן א זײַטיקן בליק אפן שערער, --- איר האָט זיך דאָך, מיסטאמע, אויך ניט געריכט?!

-- אז װאָס? --- האָט וועלווע ניט פארשטאנען.

-- אז לעאָניד מיכײילאָװיטש װעט פאר א קלוב מיט מענטשן דערלאנגען מיר די האנט און זאָגן א דאנק. :

-- לעאָניד מיכײילאָװיטש? אײַך? :

-- איר זײַט געווען אין קלוב, ווען איוולעוו איז ארױיסגעטראָטן? ער האָט דאָך איבערגע- דערציילט אלץ, װאָס איז זיך פארלאָפן אין דער פּאריקמאכערסקע, און פארענדיקט האָט ער דער- מיט, אז ווען מע װאָלט וייניקער כאנפענען און אָפּטער זאָגן דעם עמעס אין די אויגן, װאָלטן א סאך זאכן אנדערש אויסגעזען. אײַך האָט ער אויך דערמאָנט.

א מיך?

איז אָט פארװאָס מע האָט אין קלוב זיך איבערגעװוּנקען און זיך געשעפּטשעט, ווען ער, וועלווע, איז אריינגעקומען.

-- װאָס האָט ער אזעלכס געקאָנט זאָגן וועגן מיר? איך בין דאָך ניט מער װוי א גאסט. געכטן געקומען, הײַנט אוועקגעפאָרן.

-- יעכיִעל אײַערער האָט אײַך גאָרנישט ניט דערציילט?

11

- שש דיי יי

--- ניין. װאָסי? -- ווען לעאָניד מיכײילאָװיטש האָט אָנגעקלונגען אין פּעטשאָרער שטאָטסאָװעט, האָט ער אײַך זייער געלויבט.

-- װאָס פונדעסטוועגן האָט ער וועגן מיר געזאָגט אין קלוב, אײַער דירעקטאָר?

וועלווע האָט ניט אויסבאהאלטן, אז אים גייט אָן א סאך מער, װאָס האָט געזאָגט וועגן אים איוולעוו אין דער רעדע אפן פײַערלעכן אָװנט, װי אין טעלעפאָן דעם פּעטשאָרער שטאָטסאָװעט. ער איז ניט אָפּגעשטאנען פונעם שאָפער:

-- ס'איז בא אײיך געווען א פארמאכטע פייערלעכע זיצונג, װאָס איך טאָר ניט וויסן, װאָס אזעלכס האָט מען דאָרט גערעדט וועגן מיר?

-- איר ווילט, איך זאָל עס אײַך איבערכאזערן?

-- זעלבסטפארשטענדלעך.

געזאָגט און באלד כאראָטע געהאט. ער האָט זיך ניט געריכט, אז דער שאָפּער װעט איבער- כאזערן װאָרט אין װאָרט אלץ, װאָס איוולעוו האָט גערעדט אין קלוב וועגן ,כניפע" און וועגן ;דעם עמעס אין די אויגן". װוי ער זאָל וועלן אײַנקנעלן מיט אים, אז דאָס האָט א שייכעס צו אים, צו וועלווען.

װאָלט דער שאָפער עס אים איצט ניט אױסגעטײַטשט, װאָלט וועלווע איצט אויך מיסטאמע זיך ניט אָנגעשטױסן, אז דאָס איז וועגן אים. פּײַן, זייער פּײַן. גענומען און ארופגעװאָרפן די גאנצע שולד אף אים. ער, וועלווע, הייסט עס, איז דער הויפּט-מעכוטן. וי האָט ער עס אים פאר- טײַטשט, דער שאָפער? ווען ער, פּיקוס, זאָל ניט געווען פאָרלייגן איוולעוון דאָס בענקל, װאָלט... נו גוט, זאָל זײַן, אז ער, וועלווע, איז עס געווען דער ;יעיצערהאָרע*. פארװאָס האָט אָבער איוולעוו זיך אזוי א לאָז געטאָן צום בענקל? װווּ איז אין דער דאָזיקער רעגע געווען זײַן ,/יעיצער- טאָװ", װאָס זאָל אים אָפּהאלטן דערפון? אָנגעװאָרפן דאָס גאנצע געוויכט אף איין װאָגשאָל, אז די אנדערע זאָל זיך אופהייבן. פײַן, הא? קעדיי זיך אליין דערהייבן, דארף מען, הייסט עס, יענעם דערנידעריקן? דאָס מוז ער אים זאָגן, דעם שאָפער, און וועגן דעם יעיצערהאָרע מיטן יעיצערטאָװ אויך. זאָל ער עס טאקע אים, דעם דירעקטאָר, איבערדערציילן;

-- וו איז עס אין דער דאָזיקער רעגע, װאָלט איך געװאָלט וויסן, בא אײַער דירעקטאָר מיטאמאָל פארפאלן געװאָרן דער יעיצערטאָו? מע האָט אים פּונקט אין דער דאָזיקער רעגע צוגע- גאנווצט?

-- איך בין ניט קיין אָבעכעעס, -- האָט דער שאָפער זיך צעשמײייכלט, -- און מיט די װאָגשאָלן, דאָ זעט איר, האָט איר שוין א טאָעס, און א גרויסן טאָעס, אויב איר ווילט וויסן.

אָסער, אויב וועלווע הייבט אים אָן צו פארשטיין, דעם דאָזיקן יונגנמאן. ס'ערשטע מאָל אין לעבן באגעגנט וועלווע א מענטשן, װאָס אין די אויגן קאָן ער מאכן פון יענעם דער טײַװל ווייסט װאָס און אונטער די אויגן לאָזט ער אפן זעלבן מענטשן קיין שטויבעלע ניט פאלן פּאָשעט טשיקאווע וויסן, װאָס האָט דער דאָזיקער יונגערמאן גערעדט, אשטייגער, וועגן אים, וועלווען. לויט דעם, וי ער האָט אים דאָ ארײייַנגעזאָגט, דארף ער אים אונטער די אויגן מי-יעדייע וי לויבן.

א מאָדנע געפיל איז געווען איצט בא פּיקוסן. ס'האָט זיך אים מיטאמאָל פארװאָלט וויסן, װאָס טראכט וועגן אים אָט דער ווילד-פרעמדער מענטש, מיט וועמען ער װעט אין א קנאפּער האלבער שאָ ארום זיך צעשיידן און עפשער מער קינמאָל אין לעבן זיך ניט באגעגענען.

דער שאָפער לאָזט אים אָבער ניט לאנג זיך פארטראכטן. ער שלאָגט אים איבער:

-- איז ווען האָבן מיר אײַך דאָ ווידער צוגאסט?

-- ווען? -- האָט וועלווע איבערגעפרעגט און א קוק געטאָן אפן יונגנמאן, גלײַך פון אים, פון אָט דעם שאָפער, װאָלט געווען אָפּהענגיק, װאָס דארף אים וועלווע דערוף ענטפערן.

בא דער שײַן פון דער לעװאָנע, װאָס האָט זיך געשטעלט אינמיטן וועג ניט אהין -- ניט אהער, האָט פּיקוס ווידער דערזען אפן שאָפערס פּאָנעם דעם זעלבן שמייכל אין די העלע אויגן, װאָס מיט אייניקע מינוט פריער, ווען יענער האָט אים א זאָג געטאָן; ;אף אופוועקן אין יענעם דעם יעיצערטאָוו דארף מען אמאָל האָבן דעם יעיצערהאָרע". רופט ער אים, הייסט עס, צוגאסט, טאָמער װעט מען נאָך אמאָל דארפן דאָרט בא עמעצן אופוועקן דעם יעיצערטאָו. א פײַנע גע- שיכטע. אבי ער, וועלווע, װאָס האָט א גאנץ לעבן געהאט א שעם פון א מענטש א דימענט, א מענטש אָן א גאל, האָט גאָר שטענדיק געטראכט, אז ער איז עס דער יעיצערטאָו. לאָזט זיך אויס, ער האָט געלעבט אין טאָעס, און װי עס זאָגט דער דאָזיקער בערעזאָווקער יונגערמאן, אין א גרויסן טאָעס.

42

אין א װינטערדיקן פארנאנכט

וין עטלעכע װאָכן, וי נאָסן באָרכי רעדט ניט מיטן שאָכן, מיט סאביר מאָרדאנאָוון. און

רעדט ער ניט מיט אים, איז רעדט ער שוין ניט פאריינוועגס מיט קיינעם פון סאבירס הויזגעזינד.

צעקריגט האָבן זיי זיך דאָס מאָל אויך איבער עפּעס א קליניקײַט. נאָסן געדענקט שױן באלד אליין ניט איבער װאָס. נאָר ער זאָל דער ערשטער מאכן א טראָט אף זיך איבערבעטן -- אזוינס איז נאָך דערװײַל ניט געווען. אפילע פארן אייגענעם װײַב האָט ער אין אזעלכע פאלן ניט געמאכט קיין אויסנאם. געווען צײַטן, אז ער האָט כאדאָשימלאנג מיט איר ניט גערעדט. סאָפּקאָלסאָף איז עס איר דערעסן געװאָרן, און זי איז זיך מיט אים צעגאנגען. פון דעמלט אָן װוינט באָרכי איינער אליין.

סאביר מאָרדאנאָוו האָט א פּאָר מאָל געפּרוּװוט מאכן שאָלעם צווישן דעם געגעטן פּאָרפאָלק: ער האָט ניט געקאָנט צוזען, וי נאָסן פּאָרעט זיך אין קיך בא דער פּליטע. װאָס ער זאָל ניט צושטעלן קאָכן -- ברענט עס בא אים צו, און ער האָט נאָכדעם אן ארבעט שטיין און שײַערן די טעפּ. א ביטערער ראכמאָנעס, נעבעך.

לייע האָט אָבער אפילע הערן ניט געװאָלט וועגן צונויפגיין זיך ווידער מיט נאָסענען:

-- גאָט באהיט. איך האָב דאָך מיט אים שיר ניט פארגעסן ריידן. אז וי נאָר עפּעס, בלאָזט ער זיך אָן און קאָן אזוי אָפּשװײַגן א יאָר נאָכאנאנד. װאָס איך בין פון אים אויסגעשטאנען -- בין איך װוערט, מע זאָל מיר באם לעבן שטעלן א דענקמאָל. איך דארף אײַך דערציילן? אליין ווייסט איר ניט?

פארשטייט זיך, אז סאביר האָט געװוּסט. געװוּסט עפשער נאָך מער פון איר. פונדעסטוועגן איז ער ניט אָפּגעטראָטן. ווען ער זאָל זי ניט געווען באגעגענען און װוּ ער זאָל זי ניט געווען בא- געגענען, פלעגט ער זיך אוועקשטעלן איר אויטרעכענען די מיילעס פון איר געװעזענעם מאף ערשטנס, איז ער א שיינער מאנצבל, א שטאלטנער, א װוּקסיקער, מיט א פּאָר גרויסע שווארצע אויגן און מיט א כיין-גריבעלע אפן קין. צווייטנס, איז ער פונדעסטוועגן אן אינזשעניער, א גוטער פארדינער און ניט קיין אויסברענגער. דאָס איינציקע, װאָס ער פארגינט זיך אמאָל, איז אויסריי- כערן א פּעקל ;קאזבעק" אָנשטאָט די צװעלפקאָפּעקענע פּאפּיראָסן ,פּריבוי", װאָס ער רייכערט א גאנץ יאָר. אפילע דאָס צימער, אין וועלכן לייע האָט אָפּגעװױנט מיט נאָסענען היפּשע עטלעכע יאָר, האָט סאביר איר פאָרגעשטעלט אזוי, פונקט װי פאר דער צײַט, װאָס זי אין פון דאָרטן אוועק, האָט זיך עס צעוואקסן אין דער לענג און אין דער ברייט. װאָס אָנבאלאנגט נאָסנס כאראק- טער, איז דאָך ווידער דאָס זעלבע, קיין מאלאָכים זײַנען ביכלאל ניט פאראן אף דער וועלט, און אז סע לאָזט אים אָפּ, איז ער דאָך גאָר ניט אזא שלעכטער. לייע האָט אים ניט, סאבירן, װאָס צו דערמאָנען די געשיכטע מיטן איבערשטעלן דעם טעלעפאָן. ער געדענקט גאנץ גוט, ויאזוי נאָסן האָט זיך אײַנגעשפּארט --- איינמאָל ניין, ער װעט ניט לאָזן, מע זאָל דעם טעלעפאָן, װאָס שטייט בא אים אין צימער, אריבערטראָגן אין קאָרידאַר, אז אלע זאָלן זיך מיט אים קאָנען ניצן. אָבער ווען נאָסן איז אין דער היים, דערלויבט ער דאָך זיך ניצן מיטן טעלעפאָן, און אז סע טרעפט, מע קלינגט אָן און מע בעט צורופן עמעצן צום טעלעפאָן, גייט ער, נאָסן, און רופט צו. סאביר מאכט זיך דערבײי וי פארגעסן, אז דער זעלבער נאָסן באָרכי, בייס ער פירט א בארויגעז, שרײַט ארײַן אין טרײַבל, אז מע קאָן אזש הערן אף דער גאס: ;ניטאָ אין דער היים".

פון אָט די אלע פּרוּוון סאבירס איבערבעטן לייען מיט נאָסענען האָט זיך גאָרנישט ניט אויס- געלאָזט. אינגיכן איז זי אוועקגעפאָרן ערגעץ אין מיטל-אזיע.

נאָך דעם, וי לייע איז אועקגעפאָרן, האָט נאָסן, װי בעקיוון, געטאָן אלץ, אז זײַן שאָכן זאָל אופהערן געפינען אין אים מײַלעס. ער האָט זיך מיט אים ניט געקריגט און ניט געזוכט קיין געלעגנהײַט זיך מיט אים צו קריגן. ער האָט פּאָשעט, אָן א שום פארװאָס און אָן א שום פארווען געקאָנט אופהערן מיט אים צו ריידן. סאָפּקאָלסאָף איז עס דעם געלאסענעם, באיאָרטן סאביר מאָרדאנאָוון אויך דערעסן געװאָרן, און ער האָט געפאָלגט דאָס װײַב מיט די קינדער: א מאך געטאָן אפן שאָכן מיט דער האנט. װאָס? ער וויל ניט ריידן? נו, איז דארף מען ניט. און סאביר האָט זיך געגעבן דאָס װאָרט: מער מאכט ער ניט דעם ערשטן טראָט אף זיך איבערצובעטן מיט נאָסענען. ער האָט אפילע אויסגעמיטן ארײיַנקומען אין קיך, ווען נאָסן איז דאָרט געווען. די קינ- דער האָבן אים שוין דערפאר ניט איין מאָל אפילע געזאָגט: ,פארװאָס דארפסטו זיך אויסבא- האלטן פון אים? זאָל ער זיך אויסבאהאלטן פון דיר. ער פּראװעט דאָך בארויגעז".

48

קע טע 2 :2 =+ יי יי יה

אז מע װוינט אָפּ מיט א מענטשן אזויפיל יאָר אין איין דירע, ווייסט מען שוין יענעמס גענג און זיטן קימאט וי די אייגענע. די מאָרדאנאָווס האָבן שוין אזוי געקענט זייער שאָכן, אז זיי האָבן פארפריער געװוּסט, וויפל צײַט אן ערעך קאָן דויערן בא אים דער בארויגעז, און פארפריִער גע- װוּסט, ווען וועלן זיך בא אים אָנהייבן באװײַזן סימאָנים פון קריזיס. דער ערשטער סימען, אז סע האלט באם קריזיס, איז -- לאָזן עטװאָס אָפן די טיר פון צימער, ווען ער גייט אין קיך. דארף פּונקט טרעפן, אז סאבירס ייִנגערע טאָכטער, עלווירע, זאָל ניט באמערקן, וי נאָסן איז אריינגעקומען אין קיך, און זאָל א פרעג טאָן בא דער מוטער: --- װוּ איז עס ערגעץ דער געגעטער אינדיק, װאָס מע זעט אים ניט? פאר נאָסענען איז דאָס געווען איבערגענוג. דער בארויגעז, װאָס האָט שוין געהאלטן באם אױיסװעפּן זיך, האָט פונסניי זיך צעפלאקערט, מיט נאָך א גרעסער פּײַער. נאָסן האָט וועגן דעם געשטעלט צו וויסן מיט א שטארקן קלאפ פון דער קיך-טיר און מיט אריינשרייען אין טעלעפאָן: --- דערוויסט זיך, איך בעט איַך, וויפל מענטשן קאָן מען צושרייַבן אין אזא צימער, וי בא מיר. װאָס עפּעס פּלוצעם? ס'א סאך צו ריידן. איך האָב באשטימט בײַטן דאָס צימער. איך װעל באָדײַ גיין אין אן ערגערן צימער, אבי אריינזעצן אהער א כאליאסטרע פון א פינף-זעקס מענטשן. נישקאָשע, זיי װועלן מיך האָבן צו געדענקען. איר וייסט ניט, װוּ קריגט מען בלאנקען פאר א מעלדונג אף די סטענדן? און וויפל קאָסט אֶפּדרוקן אין ביולעטען א מעלדונג וועגן בײַטן דאָס צימער? סאבירן און זיײַן װײַב האָט װייניק געקימערט דעם שאָכנס סטראשען. זיי קענען נאָסענען ניט פון נעכטן, זיי זאָלן גלייבן, אז ער װועט פארלאָזן א צימער מיט אלע באקוועמלעכקייַטן אין סאמע רעכטן צענטער שטאָט, דערצו נאָך אין א דירע, אין וועלכער עס װוינט כוץ אים בלויז איין מישפּאָכע. װידער, איז ער ניט דער מענטש, װאָס זאָל אויסברענגען געלט אף מעלדונגען און ביולעטענען. אפילע ווען אין עטלעכע טעג ארום האָט דער טעלעפאָן אָנגעהױבן אָפט קלינגען און נאָסן האָט בא יעדן קלונג גענוי זיך פאנאנדערגעפרעגט וועגן די דירעס, װאָס מע לייגט אים פאָר, האָט סאביר סייווי געהאלטן, אז ס'איז אן אונטערגעשטעלטע זאך, אז דאָס שרעקט ער זײי בלויז. אָבער אז ס'האָבן אָנגעהױיבן גיין מענטשן און נאָסן האָט זיי ארומגעפירט װײַזן די קיך, די אנטרעסאָלן, דאָס וואנע-צימער, זיי צוריידן, מע זאָל זיך מיט אים בײַטן, און דערבײַ בעקיון הויך געפרעגט, וויפל מענטשן דארפן זיך אהער ארײַנקלײיבן, װי דאָס װאָלט פאר אים געווען דער סאמע איקער, --- האָט סאביר זיך אָנגערופן צום ווייב: --- ווייסט, װאָס כ'װועל דיר זאָגן, לייע איז טאקע ווערט, מע זאָל איר באם לעבן שטעלן א דענקמאָל. דו הער נאָר, צו װאָס א מענטש קאָן זיך עס דערטראכטן. װי פארדייגעט און צעטראָגן סאביר מאָרדאנאָוו איז ניט געווען פון דעם שאָכנס אופטו, האָט ער עס אָבער ניט ארויסגעוויזן. פארקערט, אריינקומענדיק אין קיך, בייס נאָסן פלעגט אויסרע- כענען פאר די צוקינפטיקע שכיינים די מיילעס פון דער דירע, האָט סאביר באזונדערס העפלעך מיט זי זיך געגריסט און ניט איין מאָל אפילע צוגעגעבן פון זײַן זייַט; -- די דירע איז בא אונדז ווירקלעך זייער א גוטע. די מעלדונגען אף די סטענדן בײַט מען יעדע פיר-פינף טעג, און יעדע װאָך דערשײַנט א נײַער נומער פון דעם ביולעטען, וועלכן עס גיט ארויס די ביוראָ, װאָס פארנעמט זיך מיט בײַטן דירעס. אזוי אז אין א פּאָר װאָכן ארום האָט דער טעלעפאָן שוין א סאך זעלטענער געקלונגען. אויב עמעצער פלעגט איצט אָנקלינגען וועגן דער דירע, איז עס מערסטנטייל געווען איינער פון די, וועמען עס איז ביכלאל שווער צו בײַטן די װווינונג: זי איז אפן ערשטן שטאָק, אין א הויז פון פּאנעלן, מיט א געמיינזאמען טואלעט און וואנע-צימער, עס ווינען אין איר א סאך שכיינים.. נאָסן האָט עס שוין געװוּסט, און די ערשטע פראגע, וועלכע ער פלעגט פארגעבן, איז געװען: -- אף וועלכן שטאָק, אין װאָס פאר א הויז און וויפל שכיינים? געפרעגט האָט ער וועגן דעם בייז און אָפּגעהאקט, װוי ס'װאָלט אים די גאנצע צײַט געקלונ- גען איין און דער זעלבער מענטש. באזונדערס בייז און אופגערעגט איז ער געווען יענעם טאָג, ווען ער האָט געטראָפן בא זיך אין פּאָטשט-קעסטל א בריוו מיט אן אָנפראגע, צי װאָלט ער ניט איינגעגאנגען בײַטן זײַן צימער אף א צימער אָן באקוועמלעכקײיַטן, אויב מע װועט אים, נאָסענען, פארשטייט זיך, דערפאר געבן די געהעריקע קאָמפּענסאציע. פארנאכט, פּאָרענדיק זיך אין קיך בא דער פּליטע, האָט נאָסן דערהערט קלינגען דעם טע- לעפאָן. ;דאָס קער ער שוין מיסטאמע קלינגען, איך װעל אים באלד געבן אזא קאָמפּענסאציע, אז ער װעט א צענטן פארזאָגן מיר מאכן אזעלכע פאָרשלאָגן?. -- נאָסן האָט בייז א כאפּ געטאָן דאָס

44

טרײַבל און עס שיר ניט ארויסגעלאָזט פון האנט: א מילדע פרויען-שטים האָט וי ארייַנגעזונגען אין טרײיבל:

-- א גוטן אָװונט אײַך, נאטאן ראפאילאָוויטש.

-- א גוטן אָװונט. ווער רעדט עס? -- האָט נאָסן, זיך פארהיקענדיק, געפרעגט.

-- איר קענט מיך ניט. זאָגט מיר, זײַט אזוי גוט, װוּהין טוט איר אהין די ברעקלעך פון טיש און ביכלאל די שפּײַז, װאָס בלײַבט בא אײַך איבער?

-- װאָס?

-- נאָכן עסן בלײַבן בא אײַך איבער ברעקלעך אפן טיש?

--- ווער רעדט עס פונדעסטוועגן?

-- ניט וויכטיק, איר קענט מיך ניט.

די שטים איז אים ווירקלעך געווען אומבאקאנט. דאָך האָט אים אזוי פארשלאָגן דער אָטעם, אז ער האָט קוים ארויסגעבראכט:

-- איך הער אײַך.

-- אין דרויסן איז הייַנט א געפערלעכע קעלט, און מאָרגן, זאָגט מען, װעט דער פראָסט דערגיין ביז דרײַסיק גראד. ס'איז א ראכמאָנעס, נעבעך, אף די פויגלען. אויב מירן זיי אין אָט די פראָסטיקע טעג ניט אונטערהאָדעװען, װעלן זיי אויסגיין פון הונגער. זאָגט וועגן דעם אויך אײַערע שכיינים.

-- איך האָב ניט קיין שכיינים.

-- איז אײַערע באקאנטע. זאָלן זיי ניט ארויסווארפן די שפּײַז, װאָס בלײַבט איבער נאָכן עסן, נאָר עס אָפּגעבן די פויגלען. איר וועט ניט פארגעסן?

-- גוט, אָבער....

-- איך פארשטיי, -- האָט די פרויען-שטים װידער ארייַנגעזונגען אין טרײַבל, -- אײַך װוּנדערט, פונוואנען ווייס איך אײַער טעלעפאָן, אײַער נאָמען און פאָטערנאָמען. איך האָב עס אויסגעלייענט אינעם ביולעטען, װוּ ס'איז געווען אָפּגעדרוקט די מעלדונג, אז איר בײַט דאָס צימער. איך האָב געקויפט אין צייטונג-קיאָסק עטלעכע ביולעטענען. פרישע און אלטע, און בא וועמען ס'איז דאָ א טעלעפאָן, צו דעם קלינג איך. א גוטן. א דאנק פאר דער אופמערקזאמקײַט.

ס'איז צוגעפאלן דער אָװונט. נאָר דער אײַנגעפּרעסטער שניי האָט זיך אלץ נאָך געלויכטן מיט זײַן באטאָגיקער העלקײַט, װי ס'װאָלטן זיך צו אים נאָך ניט צוגערירט די שאָטנס פון די פארווייעטע ביימער, װאָס האָבן געציטערט פון קעלט.

פון אָנשטרענגונג האָבן בא נאָסענען אזש ויי געטאָן די אויגף ער האָט ניט דורכגעלאָזט קיין צװײַגל אף די ביימער, קיין באלקאָנדל אף די הײַזער און דערװײַל ניט דערזען דאָרט קיין איין פויגל. עס איז אים שוין געווען טשיקאווע: א גאנצן טאָג טראָגן זיי זיך דאָ אום, שפּרינגען, וויגן זיך אף די צווייגלעך, נישטערן אינעם שניי, זעצן זיך אויס אף די קארניזן, קלאפּן מיט די שנעבעלעך אין שויב, און וי נאָר ס'נעמט װערן טונקל, אזוי אנטרינען זיי. ער האָט זיך פריִער קיינמאָל ניט פארטראכט, װוּ ווערן זיי עס צו נאכט פארפאלן. פון ווען אָן ער זוכט זיי, און קאָן זי ניט געפינען. ער זאָל װויסן דעם טעלעפאָן פון דער פרוי מיט דער מילדער שטים, װאָלט ער איר אָנגעקלונגען און געפרעגט, װוּ זאָל ער איצט זוכן פויגלען. זי װעט זיך פארכידעשן, װאָס א מענטש, וועלכער האָט שוין אָפּגעלעבט עטלעכע און דרייסיק יאָר, פארגיט אזעלכע פראגן?

ענדלעך האָט ער אף א צווייגל פון א ביימל אנטקעגן זײַן פענצטער דערזען זיצן א פייגעלע. דוכט זיך, ס'קוקט אף אים, בעט זיך, עֶר זאָל עס ארײַנלאָזן אין שטוב. נאָסן עפנט די פאָרטקע. א קאלטער שטראָם לופט רײַסט זיך ארײַן אין היימלעך-ווארעמען צימער, נאָר נאָסן פארמאכט ניט די פאָרטקע. ער קריכט ארוף אפן פענצטער און מאכט צום פייגעלע מיט דער האנט: ;נו, פלי ארײַן, האָב ניט קיין מוירע. װאָס שאָקלסטו מיטן קעפּל? ווילסט מיך ניט פאר קיין שאָכן?*

ער האָט ארויסגענומען פון סערוואנט דעם אָנגעהויבענעם באטאָן ברויט, אָנגעקרישלט א הויפן ברעקלעך און א װאָרף געטאָן דעם פייגעלע דורך דער אָפּענער פאָרטקע.

פונוואנען האָבן זיך מיטאמאָל גענומען אזויפיל פויגלען? נאָסן איז געשטאנען אפן פענצטער, דעם קאָפּ ארײַנגעשטעקט אין דער פאָרטקע, און פון צײַט צו צײַט געשאָטן הויפנס ברעקלעך, די פויגלען זײַנען געזעסן אפן שניי און ארופגעקוקט צו אים. נאָסן האָט צעפירט מיט די הענט, באוויזן, אז ער האָט שוין מער אפילע קיין ברעקל ניט. נאָר זיי האָבן זיך ניט גערירט פון אָרט. א פייגעלע האָט זיך אופגעהויבן פון דער ערד און, דורכפליִענדיק פארבײַי דעם פענצטער, א צוויטשער געטאָן, געגעבן אים, הייסט עס, צו וויסן, אז זי ווארטן נאָך.

;וויבאלד איר ווארט, װעל איך זיך אראָפּכאפּן אין קראָם", --- און נאָסן איז אראָפּגעשפּרונגען פון פענצטער.

אומדערווארט האָט ער זיך מיטאמאָל דערזען שטיין הינטער דער טיר פון דעם שאָכנס צי-

45

מער. אָפּטרעטן איז שוין געווען שפּעט. פון יענער זײַט טיר האָט זיך דערהערט סאביר מאָרדא- נאָווס שטים: ,גייט ארײַן!* און גיכע, זיך דערנעענטערנדיקע טריט.

צי דען האָט ער טאקע אָנגעקלאפט צו זיי?

אין דער ברייט צעעפנטער טיר האָט נאָסן דערזען סאבירס ייִנגערע טאָכטער, עלווירען.

-- ביטע, גייט ארײין.

-- אנטשולדיקט, --- נאָסן האָט אראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ, -- אין דרויסן איז הײַנט א מעסו- קענע קעלט. מאָרגן, זאָגט מען, װעט זײַן נאָך א גרעסערער פראָסט. א ראכמאָנעס, נעבעך, אף די פויגלען. האָב איך אײַך געװאָלט בעטן, איר זאָלט ניט ארויסווארפן די ברעקלעך, גיט עס אָפּ די פויגלען.

אין דער אָפענער טיר איז שוין געשטאנען סאבירס גאנץ הויזגעזינד.

-- קינדער, איר האָט געהערט, װאָס נאָסן ראפאילאָוויטש האָט געזאָגט; איז װאָס זשע שטייט איר? -- האָט סאביר א געשריי געטאָן. -- בא אונדז דארף, דוכט זיך, זײַן א ביסל הירזש. שיט עס שוין ארויס די פויגלען. אין דרויסן ברענט טאקע הײַנט דער פראָסט װוי מיט פּײַער. װאָס שטייען מיר אף דער שװעל? קומט ארײַױי

-- א דאנק. איך דארף זיך אראָפּכאפן אין קראָם.

-- נאטאן ראפאילאָװויטש, --- עלווירע האָט גענומען נאָסענען אונטערן אָרעם און אים אריַינגעפירט אין צימער, -- נאטאן ראפאילאָװיטש...

סאביר האָט א װונק געטאָן דער טאָכטער, זי זאָל זיך כאָלילע ניט ארויסכאפן מיט קיין איבעריק װאָרט, און זיך אָנגערופן צום װוײַב:

-- נאטאן ראפאילאָװיטש האָט, דוכט זיך, ליב מארינירטע שװאָמען. און עפּעס צום אויס- טרינקען וועט זיך מיסטאמע אויך געפינען, איז גרייט צום טיש.

-- ווארט. דוכט זיך, דער טעלעפאָן קלינגט. נאטאן ראפאילאָוויטש, דער טעלעפאָן אײַערער, דוכט זיך, קלינגט.

ארויסגייענדיק, האָט נאָסן געלאָזט עטװאָס אָפן די טיר, װי ער זאָל מוירע האָבן פארהערן עפּעס פון דעם, װאָס עלווירע וועט באלד זאָגן וועגן אים. פארװאָס גייט אים גראדע אָן, װאָס וועט זאָגן וועגן אים עלווירע און ניט עמעצער אנדערש פונעם הויזגעזינד?

דער טעלעפאָן האָט ניט אופגעהערט צו קלינגען.

נאָסן האָט אראָפּגענומען דאָס טרײַיבל און דערהערט די שוין באקאנטע מילדע פרויען-שטים:

-- נאטאן ראפאילאָװיטש? אנטשולדיקט מיר. איך האָב, דורכקוקנדיק די ביולעטענען, גע- פונען פאר אײַך א זעלטענעם וואריאנט צום בײַטן. פארשרייבט דעם אדרעס.

-- א גרויסן דאנק. נאָר איך בײַט שוין ניט דאָס צימער. װאָס? איר זײַט, זאָגט איר, צופרידן דערפון? אלדאַס בעסטע. א גרויסן דאנק אײַך.

אונטערן פענצטער זײַנען נאָך אלץ געזעסן אויסגעזעצט אין א קרײַז די פויגלען.

ער האָט א מאך געטאָן צו זיי מיט דער האנט -- און ארויס אין קאָרידאָר. די טיר פון סאביר מאָרדאנאָווס צימער איז געשטאנען, װי ער האָט זי געלאָזט: עטװאָס אָפן.

א צופאל אין מעטראָ

פעביטנריק אין קאסע פון מעטראָ א צענקאָפּעקענע מאטבייע אף צוויי פּיצטאקעס, האָט עפראָיִם כיגער זיך פּלוצעם געכאפּט, אז די קאסירשע פון ,גום"ג האָט אים ניט געגעבן קיין אױיסגאָב. די עלאסטישע שקארפּעטן קאָסטן צוויי רובל מיט זעקס און צוואנציק קאָפּעקעס, און ער האָט איר דערלאנגט א דרײערל. פיר און זיבעציק קאָפּעקעס האָט זי אים ניט דערגעבן. מיטן אלטן געלט באטרעפט דאָך עס זיבן רובל מיט פערציק קאָפּעקעס. זיבן רובל מיט פערציק קאָפּעקעס! עפראָיִם כיגער איז געווען אופגעטראָגן ניט אזוי אף דער קאסירשע, וי אף זיך. מיט אים זאָל אזעלכס פּאסירן! ער, װאָס איז אָפּנעשטאנען אפן מארינעראָשטשער מארק אין גאלאנטעריי- קלייטל ניט איין יאָר, זאָל ארויסלאָזן פון זינען, אז בייסן קויפן א רעכט שטיקל סכוירע פארגעסט דער קוינע אלץ מיטאנאנדער. וויפל מאָל, אשטייגער, האָט געטראָפן, אז ביזוואנען ער, עפראָיִם,

1 אן אוניווערסאלער מאגאזין אין מאָסקװע.

35 40

װאָס איז געווען אין קלייטל אי דער פארקויפער, אי דער קאסירער, פלעגט ארויסנעמען פון טיש-קעסטל אױסגאָב, איז דער קוינע שוין געווען העט-װײַט.

באם אָפּזאָגן אים פון דער ארבעט האָט מען עס אים אויך דערמאָנט, און כאָטש ס'איז שוין היפשע עטלעכע יאָר, װי ער איז אָפּגעגאנגען פון מיסכער, נאָר ויָאזוי ס'פאלט ארײַן ,אן איבץ- ריקער גראָשן", געדענקט ער נאָך גאנץ גוט.

דער פארדראָס, װאָס עפראָיִם כיגער האָט די אלע יאָרן געטראָגן אין זיך, איז געווען ניט אזוי אף די, װאָס האָבן אים אראָפּגענומען פון דער ארבעט און געייצעט גיין אף א זאװאָד זיך אויסהיילן פון דער קרענק ,מאכן אן איבעריקן גראָשן", װי אף יענע, וועלכע האָבן זיך גע- נייטיקט אין דער זעלבער רעפוע נאָך עפשער מער פון אים, און פונדעסטוועגן זײַנען זיי קימאט אלע געבליבן אף זיערע ערטער. פארװאָס דארף ער עפּעס זײַן דער אויסנאם? אוב שין אראָפּנעמען, איז אלעמען, װאָרעם אלע זײַנען פון איין טייג, קיין שום כילעק ניטאָ צװישן די, װאָס שטייען אפן מארק אין א קלייטל, און די, װאָס ארבעטן אין אזעלכע געשעפטן, װי ,צום" און ,גום". גענוג געווען איין מאָל אין דעם פארגעסן, ער זאָל דערפאר דארפן באצאָלן מעזומאָ- נים זיבן רובל מיט פערציק קאָפּעקעס.

דאָ האָט עפראָיִם אומגעריכט אָנגעטאפּט אין קעשענע פונעם מאנטל עפּעס א הארטע זאך. ער האָט נאָך ניט באוויזן פאנאנדערצווויקלען דאָס גראָבע שטיקל פּאפּיר, אין וועלכן ס'איז געלעגן א מעסערל אף שיילן קארטאָפל, װי אף זײַן פריש אויסגעראזירט פּאָנעם מיט די בלוי- לעכע אָדערן איז אָנגעלאָפן א טונקל װאָלקנדל, דער פאָדערשטער גאָלדענער צאָן אין מויל האָט מיטאמאָל אופגעהערט יאָמטעװדיק פינקלען.

-- נו, איז װאָס? -- האָט עפראָיִם כיגער, אָפּגײענדיק אָן א זײַט, געזאָגט צו זיך. -- דאָס מעסערל קאָסט דאָך צוויי און דרײַסיק קאָפּעקעס, און צוויי און פערציק קאָפּעקעס איז קיין געלט ניט? ס'איז דאָך פיר רובל מיט צוואנציק קאָפּעקעס.

כאָלילע, עפראָיִם כיגער איז ניט געווען פון די, װאָס טרייסלען זיך איבער א גראָשן. אז מע האָט געדארפט, האָט ער געקאָנט א ווארף טאָן מיט א טויזנטער און קיין אָדערל אפן פּאָנעם זאָל בא אים דערבײי ניט א צוק טאָן, נאָר דער זעלבער עפראָיִם כיגער, אז ער האָט דערזען אין גאס זיך וואלגערן א קאָפּעקע, פלעגט ער זי אופהייבן מיט יענער פאָרכטיקײַט, מיט וועלכער זײַן פרומער טאטע פלעגט אופהייבן א שיימע, און אז באם ציילן דעם פּידיען פלעגט ניט שטימען דער כעזשבן -- מעג זײַן אפילע אף א קארב, -- האָט ער זיך ניט געפוילט פונסנײַ זיך שטעלן ציילן.

וי איינער, װאָס דערפרייט זיך, ווען עס זוכט זיך פּלוצעם אָפּ די זאך, װאָס ער האָט פאר- לוירן, אזוי האָט כיגער זיך דערפרייט, װאָס עס שטימט ניט דער כעזשבן און װאָס ער קאָן ווידער א פרעג טאָן בא זיך מיט א ניגן: נו? '

ניט װײַט פון זיך האָט עפראָיִם דערזען אומדרייען זיך א יונגנמאן. דער מענטש האָט, װײַזט אויס, געזוכט אן אָרט, װוּ ער זאָל קאָנען אופעסן דעם פּיראָזשאָק, װאָס ער האָט געהאלטן מיט צוויי פינגער אין א שמאָל פּאסיקל פּאפּיר. ער האָט עפּעס מאָדנע א קוק געטאָן אף כיגערן, גלײַך ער זאָל אים װועלן אויסריידן, לעמיי האָט ער, עפראָיִם, אונטערפירנדיק דעם כעזשבן, פארגעסן ארײַנרעכענען די פינף קאָפּעקעס, װאָס ער האָט אויסגעגעבן פּונקט אף אזא-אָ פּיראָזשאָק, ארויס- גייענדיק פון ,, גום". פאר עפראָיִמען איז שוין אָבער געווען ניט וויכטיק, וויפל האָט אים די קאסירשע ניט דערגעבן. וויכטיק איז דער קלאל, און דער קלאל איז אזא --- דאָרט, װווּ עס לאָזט זיך, דערגיט מען ניט, און אלע, װאָס האָבן צו טאָן מיט מיסכער, זײַנען פון איין טייג געקנאָטן.

אראָפּגעלאָזט אין אווטאָמאט דעם פּיאטאק, איז עפראָיִם ארוף אפן עסקאלאטאָר. דער פאָדער- שטער גאָלדענער צאָן האָט שוין בא אים ווידער יאָמטעװדיק געפינקלט.

אין דעם לאנגן דורכגאנג פונעם אונטערשטן וועסטיביול האָט ער זיך עטלעכע מאָל אָפּגע- שטעלט בא די טישלעך, לעם וועלכע עס זיינען געזעסן די פארשפּרייטער פון די לאָטערײ- בילעטן און געהאלטן אין איין דערמאָנען די פארבייגייער, אז איבערמאָרגן איז דער טיראזש און פאר דרייַסיק קאָפּעקעס סאכאקל קאָן מען געווינען א ,מאָסקװיטש?.

זינט מע האָט איינגעפירט אָט די לאָטערײעס, איז, דאכט זיך, נאָךְ ניט געווען דער פאל, עפראָיִם זאָל זיך אראָפּלאָזן אין מעטראָ און, פארבײַגייענדיק די דאָזיקע טישלעך מיט איינגע- האלטענע, פּאמעלעכע טריט, זיך ניט צוקוקן צו די פארקויפער פון די לאָטערײי-בילעטן, דעריקער צו די, וועלכע ער פלעגט זומער אין די היצן טרעפן דאָ בא די טישלעך אָנגעטאָן אין שווארצע אָדער בלויע גארניטערס, אין הארט אָנגעקראכמאליעטע העמדער מיט געשטריקטע אויסבינדער, און ווינטער -- אין פוטערנע מאנטלען מיט אָפּגעקראָכענע קאראקולנע קאָלנערס און הויכע קאָטיקאָווע היטלען. זייערע ראזירטע פּענעמער, װאָס האָבן װי פארגעבן א רעטעניש: ,אנ טרעפט, וויפל איז מען עס אלט", די פּענסנע אף די פארשוויצטע נעזער, די פינגערלעך אף די

47

הענט און ביכלאל דאָס גאנצע האלטן זיך זייערס האָט ניט איבערגעלאָזט בא עפּראָיִמען דעם מינדסטן סאָפעק, ווער מע איז און װאָס מע איז.

אז די פארקויפער פון די לאָטעריי-בילעטן אף די מעטראָדסטאנציעס באשטייען מערסטנ- טייל פון מענטשן, װאָס האָבן ביז דער פּענסיע געהאט צו טאָן מיט מיסכער, האָט עפראָיִם ניט געקווענקלט. ער װאָלט זיך אפילע אונטערגענומען זאָגן, װער בא װאָס איז געווען באשעפטיקט. איין זאך נאָר, אין די קראָמען און קלייטלעך האָט ער זיי שטענדיק געזען פארהאוועט, און דאָ זיצן זי זיך עפּעס מאָדנע רויַק און זאָרגלאָז. דער קוקט ארײַן אין א צײַטונג, יענער אין א בוך, און א דריטער גיט זיך גאָר אָפּ מיט דער ,ספּידאָלע", װאָס שטייט אפן טישל: כאפּט ארײַן א מאטש צי א קאָנצערט.

מער פון אלץ האָט עפראָיָמען געכידעשט אין אָט די מענטשן זייער רויַקײַט און זאָרגלאָזיי קײַט. נו, טאקע, װי קאָן מען עס שטיין בא א געשעפט און זיך אָפּגעבן מיט זײַטיקע זאכן? מיט מוזיק גאָר. אפן מארינעראָשטשער מארק, װוּ ער איז, ניט הײַנט געדאכט, געשטאנען אין דעם קלייטל פון כימיקאטן, האָט ניט װײַט פון אים אין א גאלאנטעריי-קלייטל געארבעט איינער א רעב יאָסל מילבער. פלעגט אָט דער יאָסל, אפילע באם מעסטן די טאשמעס און סטענגעס, זיך ניט באגיין אָן א ניגן. נאָר יענער איז דאָך געווען אמאָל א מעשוירער בא א כאזן.

בא זײַן גאנצער זיכערקײַט, אז די פארשפּרייטער פון די לאָטערײי-בילעטן זײַנען אזעלכע, װי ער שטעלט זיך זיי פאָר, האָט עפראָיִם פונדעסטוועגן נאָך מיט קיינעם פון זיי ניט פארפירט קיין רייד, ווער מע איז, װאָס מע איז און װאָס האָט זיי געבראכט דערצו, זי זאָלן אָפּזיצן א טאָג אונטער דער ערד, אין אָט דעם מעסוקענעם הו-הא, אָנשטאָט פארברענגען ערגעץ אף דער פרייער לופט און שפּילן אין ביינדלעך צי אין דאמקעס. מעגלעך, װײַל צײַטנװײַז האָט זיך אים אויסגעוויזן, אז ער לעבט אין טאָעס, אז גראדע די, וועגן וועמען ער טראכט, אז זי זייַנען מאקריוו מיט דער פרישער לופט, האָבן גאָר קיינמאָל אין לעבן ניט געהאט צו טאָן מיט מיסכער, װי עס זאָל ניט זײַן, איז בא עפראָיִמען שוין פון לאנג געווען א כיישעק זיך אראָפּלאָזץ אהער, אין מעטראָ, אף א צוויי-דריי טעג און באװוײיזן, װיאזוי מע דארף האנדלען. אָט די לאנגע קעסטלעך, װאָס דרייען זיך, דאָס איבערטאשן א בינטל בילעטן, װי א טעשל קאָרטן, דער קוינע זאָל אליין ארויסשלעפּן א בילעט, איז א קנאפּע סגולע צום פארקויפן. פארקויפן לאָטערײ-בילעטן דארף מען אויך קאָנען.

בא איינעם פון די טישלעך האָט עפראָיִם דערזען א רעדל מענטשן, האָט ער זיך אויך א לאָז געטאָן אהין.

דער הויכער, עטװאָס אײַנגעהויקערטער מענטש, װאָס איז געשטאנען באם טישל און אין איין אָטעם אויסגערעכנט די געווינסן, װאָס מע קאָן אױיסשפּילן פאר דרײַסיק קאָפּעקעס, האָט א שפּאן געטאָן צו עפראָיִמען, װי צו זײַנעם אן אלטן באקאנטן, און, גריסנדיק זיך מיט אים, ארײַנגערוקט עפראָיִָמען אין האנט א טעשל לאָטערײי-בילעטן.

--- דאָ האָט איר דרייסיק שטיק. דרײַסיק מאָל דרייסיק איז נײַן קערבלעך. פון די דרײַסיק בילעטן וועלן צוואנציק געווינען. בא מיר איז א מאזלדיקע האנט. נאָך ניט געווען דער פאל, מע זאָל בא מיר קויפן א בילעט און ניט געווינען.

דער אוילעם ארום טישל האָט פריילעך צוגעקוקט, װאָס װועט זײַן װײַטער. עפראָיִם האָט באמערקט, אז ער איז דאָ דער איינציקער, װאָס האלט ניט די הענט אין די קעשענעס, און דאָס איז געוויס די סיבע, װאָס דער פארקויפער האָט זיך א װאָרף געטאָן גראדע צו אים.

-- אז איך דארף ניט קיין בילעטן, איך בין שוין מיט זיי באזאָרגט מער, װי מע דארף, -- האָט עפראָיִם זיך אָנגערופן און געפּרוּווט באפרייען די האנט, קעדיי װאָס גיכער זי באהאלטן אין קעשענע: די איינציקע סגולע, מיט וועלכער מע קאָן, װײַזט אויס, זיך ווערן קעגן אָט דעם מעשונעדיקן מענטשן.

דער פארקויפער איז אָבער ניט אָפּגעטראָטן פון אים:

-- איך קאָן די בילעטן נעמען בא אײײַך צוריק, נאָר זעט, איר זאָלט נאָכדעם ניט האָבן כא- ראָטע. בא מיר איז א מאזלדיקע האנט. פון די דרײַסיק װועלן פינף און צוואנציק זיכער אויס- שפּילן. פארגעדענקט מײיַנע ווערטער.

-- צו װאָס אָט דאָס אײַנרײידן מיך, אז איך האָב סייווי ניט בא זיך קיין געלט. אויסגעגעבן ביז א קאָפּעקע, -- עפראָיִם האָט אוועקגעלייגט די בילעטן אפן טישל.

-- איר זײַט בא מיר א באָטועך, איר װועט מיר מאָרגן אָפּגעבן, און אויב איבערמאָרגן, װעל איך אויך ניט אײַנגעבן אף אײײַך אין געריכט. אָט דאָ איז מײַן שטענדיק אָרט, --- און דער פאר- קויפער האָט ארײַנגערוקט דאָס טעשל בילעטן עפראָיָמען אין קעשענע.

עפראָיִם האָט ארויסגענומען די בילעטן, נאָר שוין ניט געײַלט זיך אוועקלייגן זיי צוריק אפן טישל. מיט אים איז פּלוצעם געשען אזוינס, אף װאָס ער האָט זיך לאכלוטן ניט געריכט. ער

3--14 48

האָט אָנגעהױיבן גלייבן, אז בא אָט דעם מענטשן מיט די לעבעדיקע אויגן איז ווירקלעך א מאזל- דיקע האנט. דער אוילעם זאָל ניט געװען זיך אזוי צוקוקן צו אים, צו עפראָיִמען, װאָלט ער, מעגלעך, גענומען נישטערן אין די קעשענעס און געמאכט דעם אָנשטעל, אז ער האָט פּאָטעט פארגעסן אָן דעם געלט, װאָס ליגט בא אים אין דער הינטערשטער הויזן-קעשענע. אָבער פאר די אויגן פון אזויפּיל מענטשן האָט עס אים פּאָשעט ניט געפּאסט. אוועקלייגן אָבער די בילעטן צוריק אפן טישל האָט זיך די האנט ניט גערירט. פון די דרײַסיק לאָטערײי-בילעטן װעט דאָך איינער

געוויס אויסשפּילן, און ציפשער װעט עס טאקע זײַן דאָס גרויסע געווינס. איז וי לאָזט מען עס אזעלכס ארויס פון דער האנט. דער גוטעריאָר ווייסט אים, אָט דעם מענטשן, מיט װאָס האָט ער עס אים אזוי פאויקישעפט. דער פארקויפער האָט וי אינגאנצן פארגעסן אָן עפראָיִמען און זיך שוין א לאָז געטאָן צו א צווייטן.

-- נו, און טאָמער זעץ איך אײַך אָן? -- האָט עפראָיִם, ניט ארױיסלאָזנדיק די בילעטן פון האנט, געפרעגט. --- פונוואנען ווייסט איר, עפשער בין איך גאָר ניט קיין היגער, עפשער בין איך גאָר אן אָנגעפאָרענער?

-- גאָט מיינער, װאָס באומרויקט איר זיך אזוי? אז איך בין רויָק, איז װאָס האָט איר זיך צו זאָרגן? האָט מיר א גוטן טאָג. -- און ער האָט װוידער גענומען אף א קאָל אויסזינגען, װאָס מע קאָן אויסשפילן פאר דרייסיק קאָנ דע"

;ער קער זײַן ניט מיט אלעמען, זאָט עפראָיִם כיגער, אריינזעצנדיק זיך אין צוג פון מעטראָ, א טראכט געטאָן. -- װי גיט מען עס נײַן קערבלעך און מע פרעגט ניט בא יענעם ניט קיין נאָמען, ניט קיין אדרעס. נו, נו. אזעלכן װאָלט ניט געשאדט א ביסל אָנלערנען, און עפראָיִם װעט אים טאקע אָנלעױנען, זאָל יענער האָבן א ביסל אגמעטנעפעש. סע שאדט ניט".

שיפרען, דעם ווייב זיינעם, האָט עפראָיִם קיין װאָרט ניט דערציילט װועגן דער גאנצער גע- שיכטע, און אז זי האָט אים אפן אנדערן טאָג געפרעגט, װוּהין אײַלט ער יי אזוי פרי, האָט ער טאקע ניט געװוּסט װאָס איר צו ענטפערן. די פאָטאָיאטעליע, װוּ ער ארבעט די לעצטע יאָרן פאר א רעטושאָר, טפנט זיך עלף אזייגער און איצט איז ערשט אָנהייב נײַן. ר ער האָט זיך דאָך געלייגט שלאָפן מיטן געדאנק אָנלערנען יענעם מענטשן, װאָס זשע איז פּלוצעם אזוינס געשען, יי ער אײַלט אין מעטראָ? א גאנצע נאכט איז בא אים געווען דאָס געפיל, װי עמעצער װאָלט אים נעכטן נאָכגעגאנגען, פארשריבן זײַן אדרעס און שטייט איצט בא זײַן שטוב און ווארט... ער וויל, הייסט עס, זען, װוּהין וועט עפראָיִם זיך לאָזן פונדאנען.

בא דעם טישל אינעם גרויסן און טומלדיקן װועסטיביןל, װוּ ער האָט נעכטן געהאט א העזעק אף גאנצע נײַן רובל, האָט עפראָיִם געטראָפן זיצן א מיטליאָריקן פולבלעכן מאנצבל מיט א פּאָר גרויסע ברילן אף ער פליישיקער נאָז. עפראָיִם האָט זיך דורכגעשפּארט דורך דעם שטראָם מענטשן, װאָס װאָט געפלייצט אנטקעגן, און א פארשוויצטער, אן אויסגעמאטערטער זיך דער קליבן צוריק צום דורכגאנג. פארבייגעגאנגען דאָרט אלע טישלעך און ניט געפונען דעם נעכטיקן פארקויפער, האָט ער זיך ווידער אראָפּגעלאָזט מיטן עסקאלאטאָר אין דעם אונטערשטן וועסטי- ביול און זיך געװוענדט צו דעם אין די ברילן:

-- איר קענט מיר ניט זאָגן, װוּ איז עס דער מענטש, װאָס איז דאָ נעכטן געזעסן?

-- דער אָפּטאָװיק, װאָס פארקויפט צו דרײַסיק בילעטן מיטאמאָל?

-- יאָ, יאָ, ער.

-- מיסטאם אויסגעפארקויפט נעכטן די גאנצע סכוירע און זיך געמאכט הײַנט אן אָפּרו- טאָג, כע, כע. א טשיקאווער פּארשוין. אף װאָס, אשטייגער, דארפט איר עס אים אזוי?

-- איך בין אים געבליבן שולדיק א כויוו פאר די בילעטן.

-- װאָס?! -- דער מענטש אין די ברילן האָט זיך אזש אופגעהויבן פון אָרט. -- ער פאר- קויפט, הייסט עס, בילעטן אין קרעדיט? און צו וויפל האָט ער אײַך גערעכנט א בילעט?

--- ווייסט איר, הייסט עס, ניט, װוּ ער איז? -- האָט עפראָיִם אים הארב איבערגעשלאָגן.

-- ס'איז מאָסקװע. א מענטש איז דאָ, װי א נאָדל אין א סטויג היי. נעכטן איז ער געזעסן דאָ, אף ,ארבאט", און הײַנט קאָן ער זיצן ערגעץ אין ,/טשעריאָמושקי" צי אין ;סאָקאָל":, עס פעלן אויס סטאנציעס אין מעטראָ? ס'קאָן גרײַלעך טרעפן, ער זאָל גאָר זיצן ערגעץ אין א סקווער צי אף א װאָקזאל. היינט איז דאָך דער לעצטער טאָג פארן טיראזש, -- און, באהאלטנדיק א שמייכל אונטער די גראָבע ברילן-גלעזלעך, צוגעגעבן: -- אויב ער האָט צעטיילט די סכוירע אין קרעדיט, װעט ער זיכער קומען. זײַט רויַק. ער ועט אײַך אליין אָפּזוכן.

דער ערשטער טאָג האָט אָפּגעקאָסט עפדאָיִמען אפן אלטן געלט צויי מיט א האלבן רובל, פינף מאָל האָט ער אין מעשעך פון טאָג זיך אראָפּגעלאָזט אין מעטראָ. ער איז אפילע דורכגע-

1 נעמען פון מעטראָדסטאנציעס.

49

פאָרן עטלעכע סטאנציעס, זיך אומעטום נאָכגעפרעגט אף זײַן קרעדיטאָר. ער האָט אָנגעגעבן וועגן אים אלע סימאָנים: װוי ער זעט אויס, אין װאָס ער איז אָנגעטאָן, גענוי אויסגעדערציילט,

פארװאָס זוכט ער אים אזוי ארום.. די פארשפרייטער פון די לאָטערײ-בילעטן האָבן אים אויסגע- הערט, געקנייטשט מיט די אקסל, ברייט צעפירט די הענט, װאָס דאָס האָט געדארפט באטײַטן ,לוט אלע סימאָנים זײַט איר ביידע ניט מיט אלעמען". דאָס איינציקע, װאָס זיי האָבן אים געיי- צעט: זוכן אף דער סטאנציע , ארבאט". מאָרגן, איבערמאָרגן הייבט מען אָן פארשפּרייטן בילעטן פונעם נײַעם ארויסלאָז, און עפּראָיִם װועט אים דאָרטן זיכער טרעפן.

-- נו יאָ, כ'האָב טאקע מער ניט װאָס צו טאָן, נאָר ארומשלעפן זיך איבער דער מעטראָ, א נײַע אָנשיקעניש אף מיר.

;די נײַע אָנשיקעניש? האָט אים שוין אָפּגעקאָסט אפן אלטן געלט מער פון א צענערל: ניט געווען קימאט דער טאָג, ער זאָל זיך ניט אראָפּלאָזן אין מעטראָ. און יענער איז װי אין וואסער ארײַן. ניטאָ, און שוין.

;דער גוטעריאָר װייסט אים, -- האָט עפראָיִם ניט איין מאָל א טראכט געטאָן -- דאָס רעכנט ער זיך מיט מיר אָפּ, אפּאָנעם, אזוי דערפאר, װאָס כ'האָב געזאָגט, אז איך האָב קיין גע ניט בא זיך. אומזיסט אָבער קלערט ער, אז ער װעט בא מיר קריגן נײַן קערבלעך. האלעװוײַ 0 איך אים נאָר. איך װעל בא אים אראָפּרעכענען ביז א קאָפּעקע אלץ, װאָס כ'האָב איבער אים אויסגעגעבן אף דער מעטראָ. הײַנט די צײַט, װאָס איך האָב איבער אים געפּאטערט? נישקאָשע, איך װעל אים אלץ ארײַנשטעלן אין כעזשבן".

עס איז דורך אזוי א כוידעש, און צוויי, און דרײַ. פאר דער צײַט איז שוין געווען א נײַער טיראזש, נאָר יענע דרײַסיק לאָטערײי-בילעטן האָט עפראָיִם פארהיט ביז איינעם. ער איז אפילע ניט געגאנגען אָפּנעמען די צוויי רובל, װאָס צוויי בילעטן פון דעם גאנצן טעשל האָבן אויסגע- שפּילט. סאָפּקאָלסאָף האָט ער א מאך געטאָן מיט דער האנט אף דער גאנצער געשיכטע, ביפראט אז פון די גילדענע בערג, װאָס יענער האָט אים צוגעזאָגט, האָט זיך אױיסגעלאָזט גאָרנישט מיט ניט. אפילע קיין רעכט פלעשל װײַן קאָן מען פארן געװוּנענעם געלט ניט קויפן.

פון צײַט צו צײַט אָבער פלעגט עפראָיִם זיך דאָך אראָפּכאפּן אף דער סטאנציע ,ארבאט", ניט געײַלט דורכגיין פארבײַ די טישלעך און פונסנײַ בארעכענען, וויפל איז ער נאָך געבליבן שולדיק, װײַל יעדער מאָל האָט ער אראָפּגערעכנט פונעם כעזשבן די פינף קאָפּעקעס הױצאָעס אף מעטראָ. דאָס װײַב זײַנס, שיפרע, האָט פון אָנפאנג געהאלטן, אז בלויז דער פארשפרייטער פון די בילעטן איז ניט מיט אלעמען, איצט האָט זי שוין ניט געסאָפעקט, אז אויך איר עפראָיִם איז ניט אינגאנצן באם זינען.

-- ניין, דו הער נאָר. די מעטראָ איז בא אים, לעהאוודל, געװאָרן װוי א מין 7 -קאָדעש. ער לאָזט ניט דורך קיין שאכרעס און קיין מײַרעװ. מעשוגענער דו איינער. געווען דאָרט צוייי דרײַ מאָל, און גענוג. וויפל איז עס דער שיר זיך אומטראָגן איבער דער מעטראָ און זוכן דאָרט דעם נעכטיקן טאָג, הא?

יי קויפן

1+

ס'איז געווען א שטילער זומערדיקער פארנאכט. דער גרויסער איזמײילאָװער פארק איז שוין פול געווען מיט אָװנטיקע שאָטנס, נאָר עפראָיִם מיט שיפרען האָבן זיך נאָך ניט געקליבן אהיים גיין. זיי זײַנען געלעגן אף דער אױיסגעשפּרייטער סאָלדאטסקער פּלאשטש-פּאלאטקע, װאָס עפראָיִם האָט געבראכט מיט זיך פון דער מילכאָמע, און האָבן ארופגעקוקט צו דער געל-רויטער קרוין פון דער שלאנקער סאָסנע, אונטער וועלכער זיי זיַנען געלעגן. נאָר אָט איז די פארגייענ- דיקע זון אריבערגעשפּרונגען אף א צווייטן בוים, און די סאָסנע, און דאָס הויכע גראָז ארום איר, איז צוריק געװאָרן טונקל-גרין.

--- ווייסט, װאָס איך על דיר זאָגן, שיפרע? -- האָט עפראָיִם זיך אָנגערופן צום װוײַב. -- איך הייב, דאכט זיך, אָן גלייבן אין זייערע נעויִעס.

-- אין וועמעס נעװיִעס?

-- פון דער ביוראָ פּאָגאָדי. שוין דער דריטער מאָנטיק, וי זיי טרעפן. סארא טאָג עס איז הײַנט געװען הא? אז מע איז אָפּ אזא טאָג אף דער פרײַער לופט, זעט זיך נאָכדעם ניט אָן די גאנצע װאָך. א כאָכעם, הערסטו, איז געווען דער, װאָס האָט אײַנגעפירט, אז די באלמעלאָכעס פון די אטעליעס און רעמאָנט-ווארשטאטן זאָלן זיך אָפּרוען מאָנטיק. דו שטעלסט זיך פאָר, װאָס דאָ טוט זיך אָפּ אין א זונטיקדיקן טאָג? קאָפּ אף קאָפּ, מיסטאמע. און אין א װאָכעדיקן טאָג, אָט וי הײַנט, אשטייגער, קאָנסטו זיך אױיסקלייַבן, וועלכע סאָסנע דו ווילסט נאָר. גליקלעכע מענטשן, הערסטו, זײַנען טאקע די, װאָס װוינען לעבן א פּארק. אז איך װעל אימייירצעהאשעם איבערגיין אף פּענסיע, װעט מען דארפן א טראכט טאָן וועגן בײַטן די דירע נעענטער צו א פּארק. וי זאָג- סטו, שיפרע?

0

-- דו מוזט טאקע נייטיק האָבן די טשוּווע באלד, צי עס דולדעט א ביסל, װאָרעם בא מיר האָט שוין איבערגעטריקנט דער גומען, אזוי וויל איך א טרונק.

-- האָסט דאָך עס געקאָנט פריִער זאָגן. דאָ ניט װײַט האָבן מיר. א קיִאָסק מיט וואסער, -- און עפראָיִם האָט גענומען זיך אָנטאָן.

-- ניטאָ װאָס צו לויפן, -- האָט אים שיפרע אָפּגעשטעלט, -- טרייסל אויס די פּלאשטש- פאלאטקע, און מירן שוין גיין אהיים.

ווען זיי האָבן זיך ארופגעקליבן אפן שטעגל, װאָס האָט געפירט צו דער צענטראלער אלי, איז די זון שוין אינגאנצן פארגאנגען.

-- א גוטע-װאָך, -- האָט עפראָיִם כיגער זיך אָנגערופן צום וויייב און א צופרידענער זיך געלאָזט גיין גיכער. נאָר ניט װײַט פונעם קיִאָסק האָט ער זיך מיטאמאָל אָפּנעשטעלט: ער האָט דערהערט א באקאנטע שטים.

-- אוי, איך קאָן שווערן, אז ס'איז ער!

-- ער ער?

-- נו, דער, פון די בילעטן.

דער מענטש, װאָס איז געשטאנען בא א טישל לעבן קיִאָסק, האָט אים אויסגעזען צו זײַן נידעריקער און מער איינגעהויקערט פון יענעם אף ארבאט. דערצו האָט ער נאָך געטראָגן ברילן, װאָס האָבן זיך געהאלטן אין איין אראָפּגליטשן פון דער פארשפּיצטער לענגלעכער נאָז. דאָס קאָל אָבער און דאָס ארויסזינגען אין איין אָטעם, װאָס מע קאָן אױיסשפּילן פאר דרײַסיק קאָפּעקעס, האָט פאָרט דערמאָנט עפראָיִמען דעם פארקויפער אין מעטראָ.

-- נו, פראָיִם, ס'איז ער? װאָס האָסטו זיך אוועקגעשטעלט קוקן? האָסט קיינמאָל ניט געזען, װוי מע פארקויפט בילעטן? -- שיפרע האָט א שלעפּ געטאָן דעם מאן פארן ארבל. -- נו, קום שוין.

שיפרע האָט ניט באוויזן צו מאכן א טראָט, װי דער פארקויפער פון די בילעטן האָט א כאפּ געטאָן פון טישל א פעקל בילעטן און עס איר אריינגערוקט אין האנט:

-- איר האָט דאָ דרײַסיק שטיק. צוואנציק פון זיי וועלן זיכער אויסשפּילן. בא מיר איז א מאזלדיקע האנט.

-- טפו זאָלט איר. מיר ניט װוערף -- האָט עפראָיִם אויסגעשריִען. -- ס'איז דאָך שוין באלד א האלב יאָר, װוי איך זוך אײַך ארום.

-- מיך? -- דער מענטש האָט זיך אויסגעקערעװועט צו עפראָיִמען. -- אך, שאָלעם- אלייכעם!

-- אזוי האנדלט עס א סויכער? אריינגערוקט א פּארטיע סכוירע אין קרעדיט און נעלעם געװאָרן. װוּ זייט איר עס געווען?

-- אין שפּיטאָל. כ'האָב, ניט פאר אײַך געדאכט, ניט פאר קיינעם געדאכט, זיך אויסגע- גליטשט און אָפּגעלעגן עטלעכע כאדאָשים אין גיפּס. זײַט איר, הייסט עס, מײַן באלכויוו.

--- ניין, איצט זײַט איר שוין מײַן באלכויוו. איר ווייסט, וויפל איך האָב צוליב אײַך אויס- געגעבן אף דער מעטראָ? די ערשטע צײַט בין איך דאָך יעדן טאָג געפאָרן אײַך זוכן.

--- און צוויי מאָל א טאָג איז ער ניט געלאָפן? -- האָט שיפרע זיך אָנגענומען פארן מאן און אוועקגעלייגט דאָס פּעקל בילעטן צוריק אפן טישל, -- איר וייסט דען, װאָס מיט אָט דעם מענטשן האָט זיך אָפּגעטאָן?

--- כ'ווייס, מע האָט מיר דערציילט. כ'לעבן, ניט קעדיי געווען זיך אזוי באומרויַקן. איך, אשטייגער, בין געווען אינגאנצן רויַק. אָט האָבן מיר זיך דאָך אָפּגעזוכט.

-- נו יאָ. זאָגט כאָטש א דאנק דער ביוראָ פּאָגאָדי. איז װאָס טוען מיר, שיפרע? -- האָט עפראָיִם, פינקלענדיק מיטן פאָדערשטן גאָלדענעם צאָן, זיך אָנגערופן צום װוײַב. -- זאָל איך אראָפּרעכענען די הױיצאָעס פאר דער מעטראָ, צי זאָל דאָס מאָל מײַנס איבערגיין?

דעם מענטשן איז עפּעס וי אינגאנצן ניט אָנגעגאנגען דאָס געלט. ער האָט, ניט איבערציילנ- דיק, אריינגעלייגט דעם כויוו אין קעשענע, געגעבן א כאפּ פון טישל די בילעטן, װאָס שיפרע האָט אוועקגעלייגט, און זיי ווידער איר ארײַנגעשטופּט.

-- בא מיר איז, זאָלט איר וויסן זײַן, א מאזלדיקע האנט. איר האָט דאָ צוואנציק געווינסן.

-- נו יאָ, -- האָט עפראָיִם זיך צעלאכט, -- פון דרײַסיק בילעטן האָבן קוים אױיסגעשפּילט צוויי און דערצו די סאמע גרעסטע געווינסן, א קארב אף א בילעט.

-- דאָס מאָל קאוויר איך אײַך, אז ס'וועלן אױיסשפּילן אלע צוואנציק. אויב איר האָט ניט בא זיך קיין געלט, קאָן איך אײַך אָנטרױען.

-- ע, דאָס ניט! -- איז עפראָיִם אזש אונטערגעשפּרונגען. -- צוויי מאָל שטראָפט מען ניט. דאָס איז ניט סאָכריש, ניט מענטשלעך, -- און צו שיפרען: -- עפשער איז בא דיר גאָר א מאזלדיקע האנט? פּרוּװון, הא? -- און אָפּצאָלנדיק דעם מענטשן די נײַן קערבלעך פארן בינטל

1

בילעטן, האָט עפראָיִם זיך צו אים אָנגערופף -- אז איר װעט זײַן אין אונדזערע קאנטן, אף סרעטענקע, איז כאפּט זיך, זײַט אזוי גוט, ארײַן צו מיר אין פאָטאָ-:אטעליע. איך מוז אײַך אָפּ- פאָטאָגראפירן און ארויסהענגען אין פענצטער אײַער בילד, די באלכויוועס אײַערע זאָלן װיסן, װוּ צוֹ זוכן דעם מענטשן, װאָס האנדלט, װי באם פּאָלנעם קאָמוניזם, אפן װאָרט. זאָגן אײַך א סאָד?

--- דעהיינע?

-- איך האָב דאָך געמיינט, אז איר זײַט פון יענע, נו, פון יענע, װאָס זײַנען ביזן אריבערגיין אף פּענסיע, געשטאנען אין א לאריאָק.

-- און פונוואנען האָט איר גענומען, אז איך בין ניט פון יענע? -- די ברילן בא דעם מענטשן האָבן זיך נאָך נידעריקער אראָפּגעגליטשט, און עפראָיִם האָט פאר זיך דערזען די זעלבע לעבעדיקע אויגן, װאָס דעמלט אף דער סטאנציע ,ארבאט". -- איך בין טאקע געשטאנען אין א לאריאָק.

-- זאָגט כאָטש ,ניט הײַנט געדאכט", -- האָט שיפרע צוגעגעבן.

-- װאָס עפּעס? -- איז עפראָיִם אף איר אָנגעפאלן. -- און אז א לאריאָק, איז װאָס? נו, טאקע, װאָס?

שיפרע האָט פארװוּנדערט אָנגעקוקט איר מאן. װאָס האָט זי עס אזעלכס געזאָגט, װאָס ער איז אזוי אופגעזאָטן געװאָרן? ער האָט עפשער מוירע, זי זאָל, כאַלילע, זיך ניט ארויסכאפּן מיט קיין װאָרט. נאָר דאָ האָט שיפרע ז'ערהערט אזוינס, אז זי האָט ניט געגלייבט די אייגענע אויערן עפראָיִם, װאָס האָט פון זיך אליין, דאכט זיך, אויסבאהאלטן, אז ער איז געווען אמאָל באשעפטיקט אין א לאריאָק, האָט פּלוצעם זיך אוועקגעשטעלט אויסדערציילן פאר א ווילד-פרעמדן מענטשן װוער איז ער געווען, װאָס איז ער געוען און וואָס האָט ער געטראכט ועגן די, װאָס האָבן צו טאָן מיט מיסכער. גערעדט האָט ער וועגן דעם אזוי, אז שיפרען האָט זיך אָנגעהויבן דוכטן -- איר עפראָיִם קלײַבט זיך בעטן מעכילע בא אָט דעם נײַעם באקאנטן זײַנעם פאר אלץ, װאָס ער האָט ביז אהער גערעדט און געטראכט וועגן די מענטשן, װאָס זייַנען באשעפטיקט אין האנדל, נאָר עפראָיִם כיגער האָט שוין גאר געהאלטן אין דערציילן וועגן דעם, וויאזוי מע האָט אים אָנ- הייב מילכאָמע, טאקע דאָ, אינעם איזמײַלאָװער פּארק, געלערנט פּױזען אפן בויך, ווארפן גרא- נאטעס, גיין אין אטאקע. בייסן דערציילן האָט עפראָיִם זיך אײַנגעקלאמערט מיט ביידע הענט אין זײַן טונקל-גרינער סאָלדאטסקער פּלאשטש-פּאלאטקע.

דער סאניטאר

נאָסן ראָזאָװסקין

({ס האָט זיך שטיל געעפנט די טיר און א שמאָל פאסיקל שײַן פונעם נאכט-לעמפּל אין קאָרידאָר האָט זיך פארקליבן צו אירמען אפן קישן. אין פּאלאטע איז אריינגעפאָרן דאָס הויכע שפּיטאָל-וועגעלע אף די ווייכע גומענע רעדער.

פאר די אָנדערהאלבן כאדאָשים, װאָס אירמע ליגט אין שפּיטאָל, האָט שוין ניט איין מאָל געטראָפן, אז דאָס וועגעלע קײַקלט זיך ארײַן אהער, אין פּאלאטע, אויך שפּעט אין דער נאכט. ס'איז ניט געווען קענטיק, אז דעם קראנקן, װאָס מע האָט איצט געבראכט, זאָל מען פירן פונעם אָפּעראציע-צימער. אירמע האָט עס פארשטאנען פון דעם, װי די סאניטארן האָבן געהאָלפן דעם כוילע אריבערקלײַבן זיך אפן בעטל ניט װײַט פונעם פענצטער. צוגעװוּנטשן דעם נײַיִנקן א גוטע נאכט, האָבן זיי ארויסגעפירט דאָס וועגעלע צוריק אין קאָרידאָר און שטיל צוגעמאכט הינטער זיך די טיר.

אין פּאלאטע האָט זיך װוידער אײַנגעשטעלט א געדיכטער כוישעך, אין וועלכן ס'האָבן פון מאָל צו מאָל זיך ארײַנגעריסן דורך די אראָפּגעלאָזענע טיולענע גארדינען געל-בלאָוע פלעקן פון דעם זיך לײַכט ויגנדיקן לאָמפּ אין דרויסן.

דאכט זיך, אז קיינער, אויסער אירמען, האָט זיך אין פּאלאטע ניט אופגעכאפּט, און אויב עמעצער האָט זיך יאָ אופגעכאפּט, איז אויך ניט אף לאנג; מע איז באלד וידער ארײַנגעפאלן אין א טיפן שלאָף. אירמען, אָבער, וועמען מע האָט אָפּערירט נאָך מיט א כוידעש צוריק, האָבן די

52

שמערצן אָפּגעלאָזט בלויזן אף אזויפיל, ער זאָל צװיי-דרײַ שאָ אין מעסלעס קאָנען כאפּן א דרעמל. אינגיכן איז אים פאָרגעשטאנען וידער זיך לייגן אפן אָפּעראציע-טיש: דער רענטגען האָט אויסגעפונען בא אים נאָך א שפּליטער. צוואנציק יאָר איז דער שפּליטער זיך רויַק אָפּגע- לעגן אין די לונגען און אפן איין-און-צוואנציקסטן זיך פּלוצעם געלאָזט פילן, דערצו אזוי, אז צײַטנװייז איז מאמעש ניט אויסצוהאלטן.

אז ס'שטייט אירמען פאָר א נײַע אָפּעראציע, האָט אים דערװײַל נאָך קיינער פון די דאָק- טוירים ניט געזאָגט. נאָר אירמע, וועלכער איז קימאט די גאנצע מילכאָמע געווען א סאניטאר, האָט זיך אויסגעלערנט פארשטיין דאָס איבערוינקען זיך פון די דאָקטוירים, זייערע פאר- שטעלטע רייד.

דערציילנדיק די קראנקע אין פּאלאטע וועגן דעט שפּליטער, װאָס מע האָט בא אים געפונען אין די לונגען, האָט אירמע זיך באמיט זײַן רויק, װי עֶר װאָלט גרייט געוװוען יעדע מינוט זיך לייגן אפן טיש. אינדערעמעסן, האַט ער מיט זײַן קלוימערשטער רויַקײַט געװאָלט צוגרייטן די קראנקע צו דעם, װאָס זיי שטייט פאָר, זיי זאָלן זיך אופהערן שרעקן פארן וועגעלע.

קימאט אלעמען, ואָס מע האָט געבראכט צו פירן אין דער דאָזיקער פּאלאטע, האָט אירמע באגעגנט מיט אלציינע ווערטער:

-- איר ווייסט, װאָס פאר אן אָפּעראציע איך האָב אריבערגעטראָגן? איא! און אינגיכן שטייט מיר ווידער פאָר זיך לייגן אפן טיש. איך האָב אָבער אָט אף אזויפיל-אָ ניט מוירע. מע פילט דאָך גאָרנישט ניט. נו, טאקע גאָרניט. איך בין א שטיקל מייוון אף כירורגן, זאָג איך אײַך, כ'ווייס ניט, צי אין מאָסקװע זײַנען פאראן א סאך אזעלכע כירורגן, וי דאָ אין שפיטאָל. ערן-װאָרט.

אין די דאָזיקע מינוטן איז אירמע געװוען ענלעך צו א פאָטער, װאָס אז דאָס קינד זײַנס ואָגט זיך אֶע איינעמען א רעפוע, נעמט ער זי פריער אליין איין, און וי ביטער די רעפוע זאָל ניט זײַן, װײַזט ער עס פארן קינד מיט גאָרנישט ניט ארויס. פארקערט: ער שמיכלט אפילע אונטער.

מיינסטנס האָט אירמע פארפירט אזעלכע געשפּרעכן מיט יונגווארג. די דאָקטוירים און די מעדיצין-שװועסטער האָבן שוין וועגן דעם געװוּסט און בא דער מינדסטער מעגלעכקײַט געזען אריינלייגן די ייִנגערע כאלאָיִם צו אירמען אין פאלאטע. אירמע האָט שוין פון לאנג זיך געהאט אָנגעשטױסן וועגן דעם, דאָך האָט אים געצויגן א קוק טאָן אפן נײַעם כוילע, כאָטש ס'האָט זיך געקאָנט ארויסווייזן, אז דער נײַ-אָנגעקומענער איז גראָזד ניט קיין יונגער. וויפל מאָל האָט מען שוין אין פּאלאטע געבראכט מענטשן א סאך עלטערע פון אים, פון דעם פופציקיאָריקן אירמע סאנדלער. אים האָט זיך פּאָשעט געװאָלט א קוק געבן אף א מענטשן, וועלכן מע האָט אינמיטן דער נאכט אריינגעפירט אף א וועגעלע און ער לאָזט זיך אינגאנצן ניט הערן. אפילע קיין קרעכץ ניט געטאָן.

אָפּגעזוכט אין דער פינצטער די צעטראָטענע לײַװנטענע שטעקשיך, איז אירמע אראָפּגע-

קראָכן פון געלעגער און אף די שפּיץ פינגער צוגעגאנגען צום בעטל באם פענצטער. דער געלב- לעכער פלעק פונעם פאנאנדערגעויגטן לאָמפּ אפן סלופ האָט זיך א פּּאָר מאָל פארהאלטן אפן קישן, און אירמע האָט דערזען, אז דער קראנקער קוקט אף אים.

-- איר שלאָפט ניט?

וי אָפּגעשוואכט ס'איז ניט געווען דעם קראנקנס קאָל, האָט אירמע דערקענט, אז ס'איז נאָך גאָר א יונגער באָכער.

-- עפשער דארפסטו עפּעס? שעם זיך ניט. ס'איז א שפּיטאָל, אין א שפּיטאָל שעמט מען זיך ניט.

ער האָט זיך צוגעזעצט אפן בענקל לעבן בעט, פאריכט אפן קראנקן די קאָלדרע און געפרעגט:

-- װווּ טוט דיר וויי?

דער באָכער האָט געוויזן מיט דער האנט אפן בויך.

-- אפּענדיציט? ניין? װאָס זשע דען? דיר, זע איך, איז שװוער צו ריידן. נו, שלאָף. -- אירמע האָט זיך אופגעהויבן. -- דו טראכט ניט וועגן דער אָפּעראציע, מע פילט דאָך גאָרנישט ניט, נו, טאקע אינגאנצן ניט. אָט האָט מען מיך יענעם כוידעש אָפּערירט, און די טעג שטייט מיר ווידער פאָר זיך לייגן אפן טיש. בא מיר איז א ביס? א שװערערע אָפּעראציע, װי בא דיר, און זעסט, כ'האָב ניט מוירע אָט אף אזויפיל-אָ ניט. דאָ זײַנען אזעלכע דאָקטוירים! מיט איין װאָרט, ניטאָ זיך װאָס צו שרעקן. נו, שלאָף, א גוטע נאכט.

ער איז ארויס אין קאָרידאָר. באם טישל מיטן טונקעלן לעמפּל אונטערן גרינעם אבאזשור האָט געדרעמלט די דעזשורנע שוועסטער.

58

-- װאָס שלאָפט איר עפּעס ניט? -- האָט זי געפרעגט אירמען, װאָס האָט זיך צוגעשפּארט אפן דיוואן. 1 -- ער איז דער באָכער, װאָס מע האָט א א צו אונדז אין פאלאטע? --- זייער א שווערער כוילע, -- די דעזשורנע, א יונג מיידל מיט פּײַכטע פולבלעכע ליפן און זומערשפּרענקעלעך אונטער די אױגן, האָט זיך ארומגעקוקט, װי זי װאָלט אויסגעגעבן א סאָד, --- מע האָט אים געװאָלט גלײַך אָפּערירן, האָט זיך ארויסגעוויזן. אז בא אים איז זייער א שוואך הארץ. -- בא אזא יונגן באָכער? -- אָט דער יונגער באָכער האָט איבערגעטראָגן אזוינס, -- די שוועסטער האָט זיך אומגע- קוקט צו דער פארמאכטער טיר פון פאלאטע און וי פון ווייטעק צוגעשלאָסן די אויגן. -- איך האָב געהערט, װוי ער האָט דערציילט דעם דאָקטער: די דײַטשן האָבן אינמיטן דער נאכט אונטער- געצונדן זייער דאָרף, בלויז ער איינער האָט זיך געראטעוועט. קימאט אינגאנצן א נאקעטער איז ער ארויסגעשפּרונגען פון פענצטער אפן פראָסט און זיך געלאָזט לויפן דורכן וועלדל אין שכיי- נעסדיקן כוטאָר. זעקס יאָר איז ער אלט געווען. קיין זאך אין לעבן גייט ניט דורך גלאט. מיט דער צײַט רופט זיך עס אָפּ. -- יאָ, -- האָט אירמע שטיל געזאָגט, ארײַנעמענדיק אין האנט דאָס געקרײַזלטע בערדל. -- װאָס וועט מען פונדעסטוועגן טאָן? -- מע ווארט אפן פּראָפּעסאָר. ער דארף באלד קומען. גייט צו זיך אין פאלאטע. ...דורך דעם שמאָלן פארשטויבטן פענצטערל פונעם קאָלװירטישן שפּײַכלער שפּירט אירמע אָנגעשטרענגט נאָך די צוויי דײַטשישע סאָלדאטן, װאָס האָבן ארויסגעטריבן אפן באשטאן די פרויען און קינדער פון דאָרף. איטע שטייט אויך ביז די קני אינעם פינקלענדיקן שניי און ווארפט אינעם געפלאָכטענעם קויש געלע דיניעס. זייער דרײַיאָריק טעכטערל, מילקע, ציט אויס די הענטלעך צו די דיניעס, נאָר אין דער רעגע דערהערט זיך א שאָס. אלע לאָזן זיך לויפן. למעצער ברעכט די טייר פון שפּײַכלער. אירמע האלט זי צו מיט די לעצטע קויכעס. מיטאמאָל אי- טעס שטים: -- אירמע, עפן אף דער שוועל דערזעט ער איטען און די צוויי דײַטשן. -- אירמע, -- זאָגט זי, -- גיב זי אָפּ דאָס גאָלדן 0 זייגערל מיטן בראסלעטל, װאָס דו האָסט מיר געשאָנקען צו דער כאסענע. גיי װײַז זיי, װווּ עס ליגט ער קריכט אפן בוידעם, די דײַטשן יאָגן איִם אונטער. איטע טרײַבט אים אויך אונטער, שרײַט ארוף צו אים: --- װאָס דויערט עס דאָרטן בא דיר אזוי לאנג? ער צעווארפט דאָס אָנגעוואלגערטע ברוכווארג אפן בוידעם און שלעפּט ארויס פון אונטער די שלייעס און כאָמוטן א גרויסע קאן מיט פריש אָנגעמאָלקענער מילך. דער שוים האָט זיך נאָך ניט אויסגעבלעזלט. איטע רײַבט אָן א שוועבעלע, טוט עס א װאָרף אין דער קאן, און א פלאמ- פײַער כאפּט ארום די גאנצע שטוב. -- ווו איז אונדזער מילקע? --- שרײַט איטע. -- אָט איז זי דאָך, בא מיר אף די הענט. זיי לויפן זאלבעדריט איבערן פארשנייטן פעלד, און דער פלאם יאָגט זי נאָך. אָט-אָט יאָגט ער זי אָך... די שײַן פון דער פּירלאָמפּיקער ליוסטרע, װאָס עמעצער האָט אָנגעצונדן אין פאלאטע. האָט אזוי א זעץ געטאָן אירמען אין פּאָנעם, אז ער האָט נאָך שטייפער צוגעשלאָסן די אויגן, וי ער װאָלט מוירע געהאט, אז ער קאָן ווירקלעך דערזען באלד פאר זיך דאָס פלאמפּײַער, װאָס האָט זיך נאָך אים נאָכגעיאָגט איבערן פארשנייטן סטעפּ. -- אף וועמען האָט איר עס אזוי געשריען? ווען אירמע האָט זיך ענדלעך באפרייט פונעם שװערן כאָלעם און זיינע אויגן האָבן זיך צוגעוווינט צו דער שײַן, װאָס האָט געפלייצט פון אונטערן באלקן, איז דער דאָקטער, װאָס האָט אים אופגעוועקט, שוין געשטאנען באם בעטל פון דעם נייעם כוילע. -- איך האָב שטארק געשריִען פון שלאָף? -- האָט אירמע, אָנבײיגנדיק זיך צום שכיינעס- דיקן בעטל, געפרעגט. -- שטילער, דער פּראָפּעסאָר גייט. דער פּראָפּעסאָר האָט ניט געמאכט קיין אײַנדרוק פון א מענטשן, װאָס מע האָט אינמיטן נאכט אופגעהויבן פון בעט. ער איז ארײַן אין פּאלאטע מיט א הארטן טראָט, װאָס לאָזט

4

:

יט ט

לײַכט דערקענען א מיליטערמאן, און מיטן זעלבן רויִקן בליק, װי שטענדיק. אירמען האָט זיך אָבער אויסגעדוכט, אז דער פּראָפּעסאָר איז גאָר ניט אזוי רויַק, װי ער װײַל עס װײַזן פאר דעם כוילע. שוין צו הויך און האָפּערדיק האָט ער זיך אָנגערופן צום באָכער: ,טשעפּוכא!" -- דאָס האָט באדארפט באטײַטן אן ערעך דאָס אייגענע, װאָס אירמע האָט פריָער געהאט געזאָגט דעם באָכער: ,ס'איז גאָלע גאָרניט, מע פילט אפילע ניט".

אים אָבער, אירמע סאנדלערן, װעט דער פּראָפּעסאָר ניט פארבלענדן די אויגן מיט זײַן האָפערדיקן , טשעפּוכא". דעם באָכער שטייט טאקע, װײַזט אויס, פאָר א שווערע און געפער- לעכע אָפּעראציע.

בא דער שײַן פון דער ליוסטרע האָט דער קראנקער באם פענצטער שוין ניט אויסגעזען אירמען צו זײַן אזוי יונג. עפשער דערפאר, װײַל ער האָט שוין געװוּסט, אז דער באָכע יט באוויזן האָבן צו טאָן מיט די דײַטשן. די מעדיצין-שװעסטער זאָל עס אים ניט געווען דערציילן, װאָלט ער איצט אזוי זיך ניט צוגעקוקט צום באָכער און ניט באמערקט די קנייטשן אפן שטערן און בא די מויל-ווינקלען. אירמע האָט דערזען אין אים עפּעס ענלעכס מיט זיך. ער, אירמע, אז סע כאפּן אים אָן די ווייטעקן, מאכט ער אויך בלויז צו די אויגן.

קיינער אין פּאלאטע איז שוין ניט געשלאָפן, ווען מע האָט דעם קראנקן ארויסגעפירט אפן הויכן וועגעלע. אין דער טיר האָט ער, קוים מע האָט געהערט, זיך אָנגערופן צו דער שוועסטער:

-- צו מיר דארף קומען א מיידל. קירע רופט מען זי.

-- גוט, גוט, -- האָט די שוועסטער צו אים געשמייכלט מיט די פײַכטע, פולבלעכע לִיפּ -- מיר װעלן צו אײַך אלעמען ארײַנלאָזן. אלץ װעט זײַן גוט. אליין דער פּראָפּעסאָר װעט אײַך אָפּערירן:

אירמען איז געווען ניט צו דערקענען. ער האָט ארומגעשפּרײַזט הין און צוריק איבערן לאנגן קאָרידאָר און אז עמעצער פון די קראנקע האָט געפּרוּווט פארפירן מיט אים א געשפּרעך, האָט ער אָנגעװיזן מיט דער האנט אף דער טיר פונעם אָפּעראציע-צימער:

--- פון ווען-אָן מע האלט אים דאָרט.

ניט בלויז דאָס, װאָס די אָפּעראציע דויערט אזוי לאנג, איז געװען די סיבע, װאָס אירמע האָט זיך אומגעדרייט איבערן קאַרידאָר מיט שטילע, אומרויַקע טריט, װי ער פלעגט זיך אומ- דרייען אונטער די פענצטער פון די פעלד-שפּיטאָלן, בייס מע האָט דאָרט אָפּערירט שוער- פארווונדעטע. ער, אירמע, איז דאָך געווען קימאט וי זיכער, אז דאָס יונגווארג ווייסט וועגן דער מילכאָמע בלויז פון דעם, װאָס די עלטערע דערצילן, פון די ביכער און קינאָ, און אז אין עטלעכע יאָר ארום װעט מען מיסטאמע קוקן אף אים, אירמען, װי אף א מענטשן פון װײַטע צײַטן, אָט װי ער, אשטייגער, װאָלט געקוקט אף א סאָלדאט פון סוּװאָראָווס צײַטן. און אָט האָט ער זיך געטראָפן ! מיט א באָכערל, װאָס קען גאָר אליין דערציילן, װאָס איז אזוינס מילכאָמע. דער דאָזיקער באָכער, װאָס האָט פארן לייגן זיך אפן אָפּעראציע-טיש אָנגערופן דעם נאָמען פון א מיידל, האָט אירמען דערמאָנט אין די פארװוּנדעטע שלאכטלײַט. וויפל מיידלעך װאָלט ער, אירמע, דער געוועזענער סאניטאר, געקאָנט איבערגעבן א גרוס פון זייערע געליבטע.

ס'איז שוין געווען גרויסער טאָג. פון אומדרייען זיך הין און צוריק איבערן קאָרידאָר, פון קימאט א גאנצע נאכט אוף זײַן, פון אָנשטרענגונג האָט אירמע זיך דֶערפילט שרעקלעך מיד און אָפּגעשוואכט. איז ער ארײַן אין פּאלאטע און זיך צוגעשפּארט אפן בעטל, אײַנהערנדיק זיך צום מינדסטן שאָרך פון יענער זײַט טיר. יעדן איינעם, װאָס איז ארײַנגעקומען, האָט ער געפרעגט:

-- נו?

עס איז דורך נאָך א היפּש שטיקל צײַט, און דאָס בעטל באם פענצטער איז אלץ געשטאנען ליידיק. אין דער נאָגנדיקער שטילקײַט האָט אירמע דײַטלעך דערהערט א היזעריקע פאר- שמאכטע שטים:

-- מיר האָבן פארגעסן מיטנעמען מיט זיך די צירונג. :

אין דעם זעלבן אוגנבליק האָט ער זיך אופגעכאפּט. דאָס ערשטע מאָל אין לעבן טרעפט מיט אים, ער זאָל צוויי מאָל נאָכאנאנד זען איינעם און דעם זעלבן כאָלעם. דאָס נעמט זיך, אפּאָנעם, דערפון, װאָס ער האָט עטלעכע מאָל געטראכט וועגן דעם באנאכטיקן כאָלעם, װי גע- װאָלט אָפּקלײַבן פון דעם, װאָס איז אים צו כאָלעם געקומען, דאָס ווירקלעך פארלאָפענע. און

דאָס, װאָס איז פארלאָפן אין דער װירקלעכקײַט, האָט אויסגעזען, װי מע האָט אים דער- ציילט, אזוי.

פון דעם קאָלווירטישן גאראזש האָט מען ארויסגעפירט די לעצטע גרופּע מענטשן. צװישן זיי איז אויך געווען זײַן שווער-און-שוויגער, צי װײַל זיי האָבן פון אָנפאנג ניט געגלייבט, אז מע קלײַבט זיך זיי ארויסשיקן, װי די דײַטשן האָבן געזאָגט, אף א נײַ אָרט, צי. פון צעטומלטקײַט,

59

נאָר זיי האָבן מיט זיך גאָרנישט ניט מיטגענומען און דערמיט זיך אויסגעטיילט פון אלע איבע- ריקע, װאָס זײַנען געשטאנען מיט קלומעקלעך און רענצלעך אין די הענט.

די דײַטשן װאָלטן עט עפשער ניט באמערקט, ווען די שוויגער זאָל זיך ניט געווען פּלוצעם ווענדן צו דעם עלטסטן:

--- וי איז מיױ, מיר האָבן דאָך אין אײַלעניש פארגעסן מיטנעמען די צירונג, -- און, אָנװײַזנדיק אף דער דריטער שטוב פון ברעג גאס, צוגעגעב -- מיר וועלן זיך די מינוט אומקערן.

דער עלטסטער האָט ארויסגענומען פון קאָבורע דעם רעװאָלװער און אױסגעשריִעף

--- מארש, נאָר שנעלער!

די שוויגער האָט אָנגעכאפּט איר אלטן פאר דער האנט, און זי האָבן זיך געלאָזט לויפן.

אין א פערטל שאָ ארום האָט פונעם קוימען פון דער דריטער שטוב, װאָס פון ברעג גאס, א וואליע געטאָן צום בלויען פרימאָרגנדיקן הימ? א געדיכטער שווארצער רויך.

ווען די דִיִטשן האָבן אופגעריסן די טיר עוֹן שטוב, האָבן זי אינעם אײַנגעהייצטן אויוון געטראָפן דערברענען שווער-און-שוויגערס פארמעגן, װועש און בגאָדים, אפן דיל האָבן זיך גע- וואלגערט שטיקלעך פּאָרצעלײַ און גלאָז פונעם צעהאקטן אף פּיץיפיצלעך געפעס. פונעם שפּײַכלערל, װאָס איז ביזן באלקן געווען פארשאָטן מיט וייץ, האָט זיך געטראָגן א שװערער רייעך פון קעראָסין.

שווער-און-שוויגער זײַנען װי נעלעם געװאָרן.

פאָרזיכטיק און געהיט זײַנען די דײַטשן ארײַן אין שטאל און דערזעף די פיס עטװאָס אָפּגעטײלט פון דער ערד, איז געהאנגען דאָס אלטע פאָרפאָלק. ביידע אין װײַסן.

אין פעלד, אונטער אן ארומגעצאמט בערגל ערד, ליגן זיי. דאָרט ליגט אויך איטע מיטן דרײַיאָריקן טעכטערל זייערס מילקען, אלע, װעמען מע האָט אין יענעם זומערדיקן טאָג צעשאָסן...

,וי מעכטיק עס איז דעם מענטשנס זיקאָרן, -- האָט אירמע, ליגנדיק אפן בעטל מיט ברייט צעעפנטע אויגן, געטראכט, -- עס וערט גאָרניט פארפאלן. פארגעסט ער אין עפּעס, איז קומט די נאכט און דערמאָנט אים וועגן דעם מיט שװערע פארפּלאָנטערטע כאלוימעס. דער זיקאָרן איז געגליכן צו א מין מאגניט, װאָס האלט אין איין ארויסשלעפן פון די פארבאָרגנסטע ווינקעלעך אזעלכס, װאָס אָפט לאָזט זיך ניט גלייבן, אז דאָס האָט געקאָנט וען-ניט-איז געשען, און דער מענטש איז דעמלט גרייט זיך אוועקשטעלן אמפּערן מיטן אייגענעם זיקאָרן".

;דער זיקאָרן בא דעם מענטשן -- האָט אירמע װײַטער געטראכט, -- לאָזט זיך אויך פארגלײַכן צו אן עלעקטרישן דראָט. א לײַכטן דריי געטאָן דעם אײַנשליסער, און װי לאנג דער דראָט זאָל ניט זײַן, צינדן זיך אף אים אָן די װײַטסטע לעמפּלעך. דערמיט, װאָס דער באָכער האָט פארן לייגן זיך אף דער אָפּעראציע אָנגערופן דעם נאָמען פון זײַן מיידל, האָט ער זיך צוגערירט צו אָט דעם דאָזיקן איינשליסער. נאָר ניט אלע לעמפלעך האָבן זיך אָנגעצונדן". וויפל אירמע שטרענגט זיך ניט אָן, קאָן ער פאָרט ניט פעסטשטעלן, װוער איז שולדיק אין דעם, װאָס ער, דער לעבן געבליבענער סאָלדאט אירמע סאנדלער, האָט ביז איצט נאָך ניט אויסגעפילט דעם לעצטן פארלאנג פון די טויט-פארװוּנדעטע שלאכטלײַט, װעלכע ער האָט ארױסגעטראָגן פון אונטערן פּײַער: דער אָפּגעטעמפּטער זיקאָרן זײַנער, צי עפשער האָבן די טויט-פארװוּנדעטע אוי- סער די נעמען פון זייערע מיידלעך מער גאָרנישט ניט געזאָגט.

אין פּאלאטע און אינעם קאָרידאָר איז אלץ נאָך געווען אזוי נאָגנדיק שטיל, וי פריִער. אירמע האָט זיך אײַנגעהערט אין דער שטילקײַט און ניט געפילט, װי ס'האָבן זיך בא אים צו- געמאכט די אויגן. ער איז פארזונקען געװאָרן אין א טיפן שלאָף. אפילע דער שנײַדנדיקער וי טעק אין די לונגען האָט אים ניט אופגעוועקט. 2

ווען ער האָט זיך אופגעכאפּט, איז דער באָכער שוין געווען אין פּאלאטע. בא זײַן געלעגער איז געזעסן א מיידל מיט א קינדערש פריש פּאָנעם און מיט א הויך אופגעשלאָגענעם קאָפּ ברוינ- לעכע, װי צוגעסמאליעטע, האָר. װײַזט אויס, דאָס איז זי, קירע. אירמע האָט זיך פאָרגעשטעלט, אז, אייגנטלעך, אזא טאקע דארף זי זײַן; א שיינע, א יונגע, מיט בלויע פארטרוימטע אויגן. בא אירמען װאָלט אויך געקאָנט זײַן אזא טאָכטער, א ביסל אן עלטערע נאָר, אן ערעך אין איינע יאָרן מיט אָט דעם באָכער. אירמע קוקט זיך צו צום מיידל. ער וויל דערגיין, צי ווייסט זי, אז דער באָכער האָט פאר דער אָפּעראציע אָנגערופן איר נאָמען. ער מוז עס איר זאָגן. אומבאדינגט מוז ער עס איר זאָגן. װען ער וייסט, װוּ עס װוינען די מיידלעך, וועמען די טויט-פארװוּנדעטע שלאכטלײַט האָבן מיט אים, דעם לעבן געבליבענעם, איבערגעגעבן א לעצטן גרוס, װאָלט ער, דוכט זיך, צופוס צו זיי אוועק. אין די ערשטע יאָרן נאָך דער מילכאָמע, אז ער פלעגט באגע-

6

גענען א מיידל מיט אן אומעטיק פּאָנעם, האָט זיך אים געגלוסט צוגיין און פרעגן, צי האָט זי ניט געהאט קיין באָכעוי אין דעם מיליטערישן טייל, װוּ ער האָט געדינט.

פארן טאָג זײַנען בא דעם באָכערס בעטל איבערגעווען א סאך ייִנגלעך און מיידלעך. די מיידלעך האָבן אלע אזוי ליב אראָפּגעשארט די האָר פון זײַן שטערן, אזוי צארט זיך צוגערירט צו זײַן בלייכער האנט אף דער קאָלדרע, אז אירמע האָט שוין ניט געװוּסט, װער פון זיי איז קירע. פון די רייד, װאָס דאָס יונגווארג האָט געפירט צװישן זיך בא דעם באָכערס בעטל, האָט אירמע זיך בלויז געקאָנט אָנשטױיסן, אז די אלע מיידלעך און ייִנגלעך ארבעטן אין איין זאװאָדי- שער בריגאדע.

פארנאכטלעך איז ווידער געקומען צו גיין דאָס מיידל מיטן קינדערש פרישן פּאָנעם און מיט די בלויע פארטרוימטע אויגן, װאָס לוט אלע סימאָנים איז דאָס געווען קירע. באם בעטל לעבן פענצטער איז דעמלט געזעסן א מיטלװוקסיק מיידל מיט קורץ אונטערגעשוירענע געקרײַזלטע האָר און מימ קישעלעך אונטער די אויגן, װי בא א מענטשן, װאָס שלאָפט זיך קיינמאָל ניט אויס. נאָר ווען זי האָט געקוקט אפן באָכער, האָט זיך איר פּאָנעם געענדערט: די אויגן האָבן אנדערש געלויכטן און די בארויגעזלעך אָנגעבלאָזענע ליפּן האָבן געשמייכלט. ס'איז געווען צו זען, אז זי איז שטארק פארליבט אינעם באָכער, און ס'איז איבער אירע קויכעס צו בלײַבן זיצן באס בעטל, ווען אהעו איז געקומען דאָס שלאנקע שיינע מיידל, קירע. דאָס מיידל באם בעט? האָט אָפּגע- טראָטן דער ארײַנגעקומענער דאָס בענקל און ארויס פון פּאלאטע.

איטלעכס מאָל, ווען אירמע האָט זיך אופגעכאפט באנאכט, האָט ער באם בעטל? געטראָפן עמעצן זיצן. די שײַן פון דעם לאָמפּ אין דרויסן איז געווען צו שוואך, מע זאָל זען, װער עס זיצט. אירמע איז געווען זיכער, אז ס'איז קירע, און האָט זיך באמיט ניט ארױיסװײַזן, אז ער איז אוף. ער איז געלעגן מיט פארמאכטע אױיגן און זיך צוגעהערט צו זײער שעפּטשען אים איז ניט אָנגעגאנגען, וועגן װאָס זיי ריידן. ט'איז אים ליב געווען אָט דאָס שטילע איבערשעפּטשען זיך, װי ס'איז ליב דאָס צוויטשערן פון פויגלען באגינען אין סאָד, דאָס מורמלטן פון א טײַכל, דער לײַכ- טער רויש פון צײַטיקן ווייץ אין פעלד. די טויט-פארװוּנדעטע, װאָס זײַנען געבליבן ליגן אפן שלאכטפעלד, האָבן אויך געטרוימט צו זיצן מיט זייערע געליבטע און זיך שעפּטשען. און מילקע זײַנע, װאָס ליגט אין סטעפּ אונטערן ארומגעצוימטן בערגל.. צי טוען אמאָל א טראכט ועגן דעםט די באָכערים און מיידלעך, וועלכע זיצן אין די אָוונטן ארומגענומען און שעפּטשען זיך. דעם דאָזיקן באָכער באם פענצטער דארף מען וועגן דעם ניט דערמאָנען, אָבער איר, דעם מיידל, װאָס זיצט איצט לעבן אים, קידען?.. ניין, אירמע מוז עס איר זאָגן, ער װעט איר נאָך הײַנט זאָגן, װאָס דער באָכער האָט פארטדויט דער שװועסטער, ליגנדיק אפן וועגעלע, און אז דאָס מיידל זאָל עס פארשטיין, װועט ער אי דערציילן וועגן די פארװווּנדעטע אכצן-נײינצניאָריקע סאָלדאטן און וועגן װאָס זיי האָבן געשעפּטשעט...

אירמע האָט ניט באמערקט, װען דאָס בענקל בא דעט באָכערס בעטל איז געבליבן שטיין ליידיק. אין פענצטער האָט זיך שוין געזען דעו טונקל-װײַסער צוויט פון די עפּלבײימער אינעם אנטקעגנדיקן סעדל. דער דרויסן האָט װי געווארט אפן ערשטן קלונג פון טראמוויי, װאָס זאָל אָנזאָגן, אז סע שאריעט שוין אף טאָג.

ס'איז דורך אזוי א שאָ. מעגלעך, אפילע צויי. נאָר װי שטײַף אירמע האָט ניט געהאלטן צוגעמאכט די אוֹיגן, האָט דער שלאָף איט שוין מער ניט גענומען. איז ער ארויס אין קאָרידאָר. די פענצטער זײַנען דאָרט געווען אָפן, און מע האָט געקאָנט זען, װי עס פארבט זיך איבער באם האָריזאָנט דער באנאכטיקער הימל.

לעבן טיש?, באט איסגעלאָשענעם לאָמפ אונטערן גרינעם אבאזשור, האָט געדרעמלט די דעזשורנע שוועסטער. אפן דיוואן איז געזעסן דאָס מיידל מיט די קורץ אונטערגעשוירענע גע- קרײַזלטע האָר.

דאָס איז זי גאָר אָפּגעזעסן די נאכט בא דעם קראנקן?

-- איר װאָלט זיך צוגעלייגט. ברענגען אײַך א קישן? -- האָט אירמע זי געפרעגט און זיך צוגעקוקט צו איר, וי ער װאָלט זיך ריכטן דערזען אין איר עפּעס אזוינס, װאָס ער האָט פריִער ניט באמעויקט.

-- א דאנק, -- האָט דאָס מיידל געענטפערט, -- מע דארף שוין באלד גיין צו דער ארבעט.

--- װאָס הייסט, צו דער ארבעט? איר זײַט דאָך א נאכט ניט געשלאָפן!

-- נו, איז װאָס?

זי האָט עס געזאָגט אזוי, װי זי װאָלט וועלן פרעגן: ,אײַך איז דען קיינמאָל ניט אויסגעקומען אָפּזיצן א נאכט מיט א געליבטער און גלײַך נאָך דעם גיין אף דער ארבעט?"

-- און װוּ ארבעט איר, אויב ס'איז ניט קיין סאָד,

-- אפן זייגער-זאװאָד,

57

-- בא אונדז אפן מאשינבוי-זאװאָד ארבעטן אויך מיידלעך; אין קאָלװירט, װוּ איך האָב געלעבט פאר דער מילכאָמע, זײַנען געווען מיידלעך טראקטאָריסטן און שאָפּערן. האָבן צו טאָן מיט זייגערס איז, פארשטייט זיך, מער אן ארבעט פאר א מיידל, וי זיך װאָזיען מיט טראקטאָרס.

דאָס מיידל האָט אים, דוכט זיך, ניט געהערט, כאָטש זי האָט די גאנצע צײַט צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ. זי האָט מיסטאם געווארט עפּעס אנדערש דערהערן פון אים, נאָר אירמע האָט פאָרגעזעצט פירן דעם זייטיקן געשפּרעך:

-- איז ארבעט איר, הייסט עס, אפן זייגער-זאװאָד. איצט װעל איך כאָטש וויסן, צו וועמען האָבן טײַנעס, אויב מײַן זייגער װעט נעמען מאכן קונצן. ס'זאָל אזוי ניט טרעפן, װי עס טרעפט. נו, און ער װוּ ארבעט? -- האָט ער, וי אויסנארנדיק בא איר א סאָד, געפרעגט.

--- װוער? ליאָניע? מיר זײַנען מיט אים אין איין בריגאדע.

-- אך, אזוי, איך האָב טאקע אנדערש ניט געקלערט. נו, און ער איז.. -- ער האָט ניט פארענדיקט און זיך אליין פארלאָפן דעם וועג. אָנשטאָט זיך נאָכצופרעגן אפן מיידל מיט די בלויע פארטרוימטע אויגן האָט ער געפרעגט: --- און אײַך װי רופט מען?

-- קירע.

-- קירע?

אפּאָנעם, אז פאר דער מעדיצין-שװועסטער, װאָס האָט געדרעמלט באם טישל, איז עס אויך געווען אומדערווארט. זי האָט, פּונקט וי אירמע, פארכידעשט אָנגעקוקט דאָס מיידל.

-- יאָ, קירע, -- האָט דאָס מיידל שוין עטװאָס צעטומלט איבערגעכאזערט. -- פארװאָס האָט עס אײַך אזוי פארװונדערט?

אירמע האָט אָפּגעקערט דעם קאָפּ אָן א זײַט, פארקוועטשט אין האנט דאָס געקרײַזלטע בערדל און; קוקנדיק ערגעץ ארופצו, גענומען איר פּלוצעם דערציילן וועגן די פארװוּנדעטע, װאָס ער האָט ארויסגעטראָגן פון שלאכט.

מיטאמאָל האָט ער זיך אופגעהויבן, דורכגעפירט מיט דער האנט איבער איר קורץ אונטער- געשוירענעם קאָפּ האָר און, ארײַנקוקנדיק איר אין די אויגן, געזאָגט

-- ווען מע האָט ליאָניען געפירט אף דער א האָט ער אָנגערופן אײַער נאָמען. איר זאָלט עס קיינמאָל ניט פארגעסן. קיינמאָל ניט, --- און וי איינער, װאָס האָט זיך ענדלעך באפרײַט פון א שווערער לאסט, וועלכע ער האָט לאנג געטראָגן אין זיך, איז ער מיט האסטיקע טריט אוועק אין פּאלאטע. די האנט איז: בא אים געווען פּײַכט. ער האָט ניט געװוּסט, צי פון דעם, װאָס ער האָט זיך מיט איר צוגערירט צן קירעס פּאָנעם, צי פון די אייגענע טרערן, װאָס ער האָט אויסבאהאלטן פון די צוויי מיידלעך, וועלכע ער האָט געלאָזט זיצן אין קאָרידאָר.

העכער א כוידעש איז ליאָניע אָפּגעלעגן אין שפּיטאָל, און ס'איז קימאט ניט געווען דער טאָג, קירע זאָל אים ניט באזוכן. געוויינלעך פלעגט זי קומען אין אָװנט, נאָך דער ארבעט. אָפּזיצן אַ פּאָר שאָ און אוועקגיין. נאָר אין דעם טאָג, ווען מע האָט אירמען צום צווייטן א אָפּערירט, איז זי ניט אוועק פון שפּיטאָל, זי איז א גאנצע נאכט ניט אָפּגעטראָטן פון זײַן בע

פון יענער נאכט אָן פלעגט זי, קומענדיק אין שפּיטאָל, מער אָפּזיצן בא יע געלעגער, וי בא ליאָניעס, און כאָטש זי האָט געװוּסט, אז די דאָקטוירים האָבן פארווערט אירמען צו ריידן, האָט זי אים קימאט קיינמאָל ניט אָפּגעשטעלט, ווען ער פלעגט נעמען איר דערציילן וועגן דער מילכאָמע, דערציילן דאָס, װאָס זי האָט ביז איצט געװוּסט בלויז פון ביכער, פון קינאָ. אירמע האָט געהאט צו דערציילן און דערציילן, שאָען גאנצע. און זי האָט פאר פינף מינוט באוויזן אויס- דערציילן אלץ וועגן זיך, וער זײַנען אירע עלטערן, װוּ האָט זי זיך געלערנט, וויפל זי פארדינט.

פארװאָס האָט זי פארשוויגן, אז ליאָניע איז ניט מער וי איר מײַסטער און אז זי קומט צו אים אהער בלויז װי א טרײַע שילערן צו איר לערער, האָט זי, אייגנטלעך, אליין ניט געװוּסט. מעגלעך דערפאר, װאָס אירמע װאָלט איר ניט געגלייבט, זיכער ניט געגלייבט. עפּעס קוקט ער אף איר אלע מאָל אזוי, װי ער זאָל זיך בעטן ניט אױסזאָגן אים, אז די סיבע, פארװאָס ליאָניע האָט פאר דֶער אָפּעראציע אָנגערופן גראדע איר נאָמען, האָט געקאָנט זײַן אן אנדערע, אז ניט אין איִר גאָר איז ער פארליבט.

און עפשער האָט זי עס פארשוויגן דערפאר, װײַל זי האָט שוין איצט אליין אין דעם ניט געגלייבט.

שיפרע כאַ לאָדענקאַ

ערגצץ בליט שוין

אין שנייייקע הויפנס פארזינקען די טריט,

נאָר כ'פיל אין מײַן הארצן, אז ערגעץ שוין בליט.

פון עפּעס גאָר נאָענט, פונדאנען גאנץ װײַט, --

פאר װאָסער א גרויסן פארדינסט

געבוירן בין איך אף דער וועלט,

אף דער וועלט מיט איר זעלטענעם גרינס,

אף דער וועלט פון אומענדלעכן העל,

איך ווייס ניט, װאָס זאָל איך גאָר װעלן,

אז אף אזויפיל ליב איך האָב,

ביסט אף אזויפיל מיר געפעלן,

אז דאָס אליין איז שוין א גאָב.

כ'האָב מוירע זיך מיט דיר צו גריסן,

כ'האָב מוירע ווענדן זיך צו דיר,

אפילע די זון, װאָס אימשטאנד איז געווען דאָס טויטע צום לעבן דערוועקן,

אין אײיביקן גאנג, אין וועלטישן ברען באדעקט איז געװאָרן מיט פלעקן.

ווען אומדערווארט באנאכט כ'דערוואך און זעץ זיך אוף און עפן אוף די אויגן, כ'בין איבערצײַגט, דו שלאָפּסט ניט אין

דער נאכט,

דיר דאכט, דו האָסט צו מיר זיך אָנגעבוגן.

מיט ערשטלינגען בלומען די ערד ווערט באנײַט.

די שפּירונג פון בליונג מיך פילפאך באלוינט, דערפאר טאקע זעלטן

איך טראכט וועגן טויט.

אף דער וועלט, װוּ באטאָג אי באנאכט באוועגן זיך וועלטן אין רוים,

פאר װאָסער א גוואלדיקן טאט

בין איך אזוי גוואלדיק באלוינט?!

אין מינדסטן שטרעבן צו געניסן, מיר דאכט, אז עפּעס איך פארליר.

און אָפּט עס הייבט מיך אָן פארדריסן, דאָס לעבן פעלט זיך, אוי, א שאָד; נאָר כ'וויל ניט, דו זאָלסט פון

דעם וויסן, דערצייל איך עס דער װעלט בעסאָד.

און דו, מײַן געשאנק, און דו, מײַן געווינס, איך זע גאָר אף דיר קיין כיסאָרן,

דײַן יעדער געדאנק, דײַן יעדער פארדינסט נאָך מערער מיר שײַנט מיט די יאָרן.

אניט װאָס דען האָט אופגעהויבן מיך פון שלאָף און כ'בענק נאָך דיר אזוי און שטרעב און האָף: ביסט וואך אצינד --- און ס'איז צו דיר

מײַן וועזן אויסגעשטרעקט;

ביסט וואך אצינד, װײַל שלעפערדיקערהייט װאָלסט פונדערװײַטגס מיך ניט אופגעוועקט.

יק

מישע מאַגילעװויטש

67

פארהאַרעוועטע הענט

פון א קליינעם פענצטערל אין קאסע

די קאסירשע גיט געהאלט ארויס.

אין דער ריי די יונגע כעוורע שפּאסן, ס'איז דער טומל דאָ, וי שטענדיק, גרויס. ס'רעכענען די צענערלעך די רויטע

און דעם מינץ פארהאָרעוועטע הענט,

שטײַפע, פון דער ארבעט טונקל-הויטיק

און פון פּײַער -- פלאמיק-הייס פארברענט.

הענט אַזױנע ערלעכע באקומען

זייער לוין --- אף אָפּטראָגן אהיים,

הענט, װאָס האָבן פיַערדיקע בלומען

אויסגעקלעפּט פון אויסגערוטער ליים.

בי דער ארבס

זוי אין אויוון ציגל זעצן,

ווי פארברוינען זיי, איך ווייס. כ'ווייס, װוי ס'ריפטל ברויט צו שעצן. זוי געזאלצן ס'איז דער שווייס.

אלץ אין לעבן אויסגעהאלטן,

פיל מעלאָכעס אױסגעפּרוּוט.

נאָר זיך קײינמאָל ניט פארהאלטן, ווען די ארבעט מאָנט און רופט. יעדע רעגע איז מיר טײַער,

ווען דעם אויוון איך צעהייץ. ריר ניט אָן מיך בא דעם פּײַער, אין דער ארבעט בין איך הייס.

ליים

אומעטום צעביילטע, קאלטע ליים,

װאָס אויסגעװוינטיקט איז און אויסגעמישט פון רעגנס, ס'איז בארג און טאָל און ערד אליין, --

די פּלאסטן זײַנען יאָרנלאנג געלעגן.

נאָר אויב צעשנײידן, אופהייבן דעם פּלאסט, ארײַנהויכן אין אים די ליכטיקײַט פון לעבן, אים געבן זון און פײַער, װי עס פּאסט,

די ווארעמקײיַט פון הארץ אים געבן, --

איז ווערן װעט די ליים א מאָנומענט --

ניין, ניט פון געטלעכער --- פון מענטשישער באשאפונג, און קוקן ועלן קינדס-קינדער און גאפן,

װוי שטארק עס איז דער קוי'ך פון מענטשנס הענט.

פרילינג

כ'שאָב אראָפּ פון פעלד דעם ווינטער, העל צעשטראלט זיך דער ארום. פאר די אויגן טוט א ציטער װײַס, װי שניי, א פרילינג-בלום.

אף א פיסעלע א דינינקס,

װי א פעדעמל א צארטס, שמייכלט כיינעוודיק דער פרילינג און זיך טוליעט צו מײַן הארץ...

.--+

פארטאַג

איך שטיי א באזונטער פון ליכטיקע שטראלן, ס'פארשמעקט מיר פון בוי-פּלאץ מיט פּײַכטע בעטאָנען. צעגיסט אין מײַן הארצן דאָס פריילעכע שאלן אף זוניקע סטרונעס דער אָנהייב פון טאָגן. עס פליט דער פארטאָג, װי א בלוי-װײַסער פויגל, אף פארביקע פליגל פון גאָלדענע שטאָפן, און צוויי האלבע הימלען ער טראָגט אין די אויגן, עס ווערן פיר זײַטן פון וועלט פאר מיר אָפן. איך וואקס פון פונדאמענט ארײיַן אין די הימלען מיט שנײי-װײַסע ווענט פון די מויערן נײַע, דעם טאָג איך פאראנקער אף שטיין-הארטע ציגל

מיט קרעפטיקע הענט און מיט זוניקן פּײַער.

כראַנ'ט

ליטערארישע אַנטן, באגעגענישן מיט די לייענער

סאַף אָקטיאבער זײַנען אין קעשע- נעװ, טשערנאָװיץ און אין מינסק פאַרגעקומען באגעגענישן מיט די קייענער פון , סאַװעטיש היימלאנד". די אָװנטן האָבן אָרגאניזירט די פאר- ואלטונגען פון די רעפובליקאנישע שרײַבעריפארבאנדן צוזאמען מיט זער רעדאקציע און רעדקאָלעגיע פונעם זשורנאל,

דער אָװנט, געװידמעט דעם פֿ-יאָד ריקן יוביליי פון , סאָװעטיש היימ- קאנדיי, װאָס איז פאָרגעקומען אין

דער הויפּטשטאָט פון מאָלדאװיע דעם 1 אָקטיאבער, האָט צוגעצויגן א גרויסן אוילעם לייענער און קולטור- טוער. אין אים האָבן אָנטײלגענומען ייִדישע און מאָלדאװישע שרײַבער. מיט א װאָרט װעגן דער ארבעט פון זשורנאל פאר די פארגאנגענע 5 יאַר איז ארױיסגעטראָטן ארן װערגעליס.

אין א יאָמטעװ פון פרײַנטשאפט צװישן דער װײַסרוסישער און דער ייִדישער ליטעראטור איז פארוואנדלט געװאָרן דער אָװנט אין מינסק. דער קלוב אף דזערזשינסקיס נאָמען אף קאָמסאָמאָלסקע-גאס, 30 איז געװען פולגעפאקט מיט מענטשן.

אין דער פרײַנטלעכער באגעגעניש צװישן דער רעדקאָלעגיע און די אװ- טאָרן פון , סאָװעטיש היימלאנדיי מיט די לייענער האַבן זיך דאָ באטײליקט בא 20 אָנגעזעענע ייִדישע און װײַס: רוסישע שרײַבער: פעטרוס בראָװקא,

יאנקא בריל, ארן װערגעליס, ריגאָר באָראָדולין, גענאדי בוראווקין, הירש בעריאָזקין, אװראָם גאָנטאר, מאָטל גרוביאן, אנאטאָלי וועליוטין, אלעקסיי זאריצקי, מאקסים טאנק, מוישע טייף, מיקאָלא כװעדאָראַװיטש, מענדל ליפשיץ, מישע לעו, כאיִם מאלטינסקי, פעטרוס מאקאל, יאזעפּ סעמיאזשאָן, ריווקע רובין, אלעקסיי רוסעצקי, הירש רעלעס, יאנקעװ שטערנבערג אא.

א גרויסן אינטערעס בא די לײע- נער פון ,סאַװעטיש היימלאנד" האָט ארויסגערופן דער ליטערארישער אָװנט, װאָס איז פאָרגעקומען דעם 3 אָקטיאבער אינעם אקטאָװן זאל פון טשערנאָװיצער אוניוװוערסיטעט, אין װעלכן עס האָבן זיך באטײיליקט א גרופע מאָסקװער און טשערנאַװי- צער ייִדישע און אוקראיִנישע שרײַ- בער.

ריװקע רובין

טיר-אוטויער זיינען אָפ

-- קומט געזונטערהייט! -- זאָגט שטיל די מאמע. זי באגלייט אונדז ביז דער טיר, מיך און דעם טאטן, פּונקט וי מיר װאָלטן געווען געסט.

צום אלעמערשטן לאָזן מיר זיך גיין אין דער עקספּעדיציע. איך גיב אָפּ די /קאסע", דאָס געלט, װאָס איך האָב אויסגעלייזט בעמעשעך פון דעם נעכטיקן טאָג, און באקום א פּאק פרישע צײַטונגען, ערשט פון דער מאשין אראָפ. איך בין שוין אלט דרײַצן יאָר. ארבעט איך אין א קיאָסק. פארקויף צײַטונגען. דער טאטע וויל ניט, איך זאָל שלעפּן אזא מאסע, מאָסטעט ער אײַן דעם שװערן פּאק אפן רעכטן אקסל און טראָגט אָפּ אין קיִאָסק. דאָרט ווארט מען שוין אף מיר. די ריי האָט זיך אויסגעצויגן אף א גאנצן קווארטאל. כמורע, פינצטערע פּענעמער. אין שפיץ, באם סאמע פענצטערל, שטייט איינער, זייער א לאנגער, מיט א שמאָלער קיילעכדיקער פלייצע.

דער טאטע גייט שוין ניט, ער לויפט. איך נאָך אים. איך שליס אוף די טיר. דער טאטע ווארפט אראָפּ דעם פּאק פונעם אקסל. ער צערײַסט דאָס שטריקל, ציט ארויס א צײַטונג און עסט זיך אײַן אין איר מיט די אויגן. דער טאטע איז מײַן ערשטער קוינע. ער נעמט א צײַטונג און צאָלט מיר ערלעך אֶפּ פאר איר. יעדן טאָג אזוי. נאָר היַנט... הײַנט האָט דער טאטע פארגעסן מיר אָפּצוצאָלן.